top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבים פון נייעם חרדישע ישוב אין שטאט עמנואל האלטן מיט געהויבענער שבת בצל האד' מוויזניץ בית שמש

  • לפני דקה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.ש. שטיגליץ

די תושבים פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין שטאט עמנואל, האבן מיטגעהאלטן א גאר געהויבענעם שבת קודש, בצל כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער טעג אין שטאט למנוחת הנפש, זייענדיג גאס ערשטע מאל וואס א רבי א מנהיג עדה קדושה בישראל, האט געפראוועט א גרויסער שבת אינעם ישוב.


דער גאנצער באזוך און בפרט דעם געהויבענעם שבת איז געווען דעם געשפרעך פון טאג ביי אלע אינוואוינער פון שטאט, און הונדערטער תושבי העיר יונג און אלט, פון אלע שיכטן און קרייזן, האבן מיטגעהאלטן די שיינע תפילות און טישן דורכאויס שבת.


ליל שבת קודש נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן "גוט שבת" פארן רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט זיך אינטערעסירט ביי יעדן יחיד במאור פניו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.


דער טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע דריי שעה מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט אויפן וויזניצער שטייגער. ביים טיש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די חשובע רבנים און פני העדה מיט די כיבודים, און צווישן די חשובע רבנים און אישי ציבור וואס האבן באשיינט דעם אויבן-אן זענען געווען הגאון רבי שלמה קליין שליט"א רב קהל חסידים עמנואל זון פונעם פוסק הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף לייפער שליט"א אב"ד חוסט עמנואל, הרה"ג רבי משה אברהם גולינסקי שליט"א רב קהילת סלונים עמנואל ונכד האדמו"ר מסלונים שליט"א, הרה"ג רבי יוסף בערגער שליט"א אב"ד מישקולץ עמנואל, און דער ראש העיר ר' אליהו גפני הי"ו צוזאמען מיט נאך שטאטישע עסקנים און אישי ציבור, אזוי אויך האט דער רבי מכבד געווען די חשובי העדה פון קהילת וויזניץ, וועלכע שטייט בראשות חותנו מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א.


שבת אינדערפרי ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען שישי און האט געבענטשט דעם חודש. צו מוסף איז צוגעגאנגען הגאון רבי שלמה קליין שליט"א רב קהל חסידים. דעם מיטאג טיש האט דער רבי אפגעראכטן פריוואט בקרב המשפחה.


ביי שלש סעודות, האבן די תושבים געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון קובע זיין א נייע מקום מושב, און האט ספעציעל אונטערגעשטראכן די מעלות פונעם שטאט עמנואל, אירע העהערליכע יסודות בגשמיות וברוחניות, זייענדיג אן עיר מלאה חכמים וסופרים, און שטארק מרחיב געווען אין די ענינים פון חסידישע לבוש, צניעות, רעדן נאר אידיש, און נאך.


נאך מעריב און הבדלה, איז דער גאנצער ציבור דורכגעגאנגען וואונטשן דעם רבי'ן א גוטע וואך. דער רבי שליט"א וועט פארבלייבן אינעם ישוב אויף אפרוה ביז סוף וואך ווען במשך די טעג וועט ער באזוכן אין די לאקאלע מוסדות התורה און קהילות הקודש זיך אומצוקוקן אויפן שנעלן און הערליכן וואוקס פונעם שטעטל.



bottom of page