געהויבענער ט״ו בשבט טיש און שבע ברכות רבתי אין קרית וויזניץ בראשות האדמורי״ם לבית וויזניץ שליט״א
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער חסידי וויזניץ האבן מיטגעהאלטן געהויבענע שעה'ן של עוז וחדווה און התעלות דקדושה, ביי די מעמד נהדר שצדיקים מסובין בה, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם מאיעסטעטישן היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, אין שפיץ פון די ראשי עם קודש האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ; מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וואס האבן אינאיינעם מעריך געווען דעם שולחן הטהור לכבוד ראש השנה לאילן חמשה עשר בשבט, קאמבענירט מיט די שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון א בשותפותדיגע אייניקל פון די אדמורי"ם שליט"א.
ארום פינף אזייגער נאכמיטאג, עת כי פנה יום, זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען אינאיינעם אין ביהמ"ד הגדול לקול תרועת הזמר בשמחה וצהלה דורך די טויזנטער חסידים וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ריזן היכל על כל גדותיו, נישט וועלנדיג פארפאסטן דעם געהויבענעם זמן.
אנהייב טיש האט מען א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות און ניגוני ימים נוראים כנהוג אין וויזניץ. בעת מ'האט געזינגען דעם ניגון ויאתיו כל לעבדך, האט מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א אפגעשטעלט דאס זינגען און משמיע געווען דברות קודש, שמועסנדיג זכרונות פונעם זיידן דער "אמרי חיים" זי"ע ארום דעם הייליגן ניגון וואס ווערט געזינגען אין וויזניץ אום יום הקדוש. דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן "לחיים" לכל הקהל הקודש, און מכבד געווען די אדמורי"ם שליט"א צו וואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט מען אויפגעגעבן די מיני פירות האילן, וואו די רבי'ס האבן געזאגט די ברכות הנהנין אויפן קול, און דער וויזניצער רבי האט געמאכט די ברכת "שהחיינו" אויף די אתרוג כנהוג.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א געזאגט תורה, וואו ער האט בתוך דבריו ארויסגעהויבן נאסטאלגישע זכרונות הוד קדומים פון די לעכטיגע זמנים בימי נעוריו ווען ער האט געלערנט אין די וויזניצער ישיבה בצל זקינו דער "אמרי חיים" און זיין פעטער דער "ישועות משה" זי"ע, און שטארק ארויסגעברענגט די העכערקייט און דביקות אין תורה ותפילה פון די צדיקים, וועלכע האבן נישט געקענט פארליידן צו זיין פארפארעט מיט נארישקייטן.
נאך די תורה האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע טענץ אויף פרייליכע ניגונים, אינצווישן האט בדחנא דמלכא ר' ישראל שעכטער אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי חרוזין, ארויסברעגענדיג די גודל קדושת הזמן און די הייסע תפילות וואס חסידים בכל מקום שהם זענען מתפלל למען רפואתו השלימה ובריאותו האיתנה פון מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א.
פארן בענטשן איז ערשינען המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דברים חוצבים והתעוררות, עפענענדיג דעם קאמפיין לטובת די פארצווייגטע פעולות רפואה פון די וועלט-בארימטע ארגאניזאציע "רופא חולים – RCCS". דער משפיע האט אויפגעשטורעמט די הערצער לתפילה וזעקה, ארויסברענגענדיג די תשוקה און האפענונג פון כלל ישראל צו זעהן דעם רועה ישראל געזונט און פריש בבריאות השלימה בבריות גופא ונהורא מעליא. דערנאך האט מען צוזאמגענומען די שטרי התחייבות פון דעם ציבור חסידים ואנשי מעשה, און מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע תורמים.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א, און מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות. נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט די אדמורי"ם בשירה וזמרה. שפעטער האט זיך מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א צוריקגעקערט למעון קדשו אין מושב אורה.






































































