בשעה טובה ומוצלחת: נייע יישוב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל באשטעטיגט
- sfbechatzros
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בית שמש צו א היסטארישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל, אלס א לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און דעם מאנגל אין פאסיגע וואוינערטער אין די גרויסע שטעט פון ארץ ישראל.
נאך א תקופה וואס די כסדר'דיגע וואוקס פון פרישע משפחות שטייגט בליעה"ר אויף א שטוינענדע פארנעם, און דערצו זענען די וואקסענדע הויכע דירות פרייזן אין שטאט בית שמש געווארן ממש אומדערטרעגליך פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן, האט זיך די קהילה גענומען צו דער ארבעט צו טרעפן א לעזונג דערצו, און די עסקנים פון די וועדת הדיור ד'חצר הקודש וויזניץ בית שמש האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו טרעפן א פאסיגן ארט וואו היימישע משפחות זאלן האבן די מעגליכקייט זיך ארויסציען און זיך באזעצן אויף פערמאנענט.
נאכן איבערקוקן אלע אפציעס, איז די חרדישע אויפבליענדע שטאט עמנואל אין די שומרון בערג אויסגעקליבן געווארן אלס די בעסטע אפציע פאר א נייעם מקום מושב. די שטאט עמנואל איז אין די לעצטערע יארן געווארן א צענטערפונקט פאר אסאך קהלות קדושות אין ארץ ישראל, צוליב וואס עס איז דארט פארהאן די ביליגסטע פרייזן אין די דירות מארקעט איבער גאנץ ארץ ישראל.
די עסקנים האבן פארגעלייגט די פלענער פארן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בית שמש שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן פונעם פראיעקט און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם מקום מושב, אז עס זאל טאקע פאסן פאר די געהויבענע וויזשניצער יונגעלייט אין אלע הינזיכטן.
נאכן ערהאלטן דעם רבינס הסכמה און ברכת הקודש, זענען די פלענער גלייך געלאזט געווארן אין גאנג, און מען גרייט זיך טאקע אוועקצושטעלן אין עמנואל א נייע קהילה נאה וחסידה, ווי מען האט שוין אויסגעארבעט די ערשטע דעטאלן מיט די קאנטראקטער צו אויפבויען א גרויסן דירות פראיעקט פאר די חברי הקהילה, וואס וועט אנטהאלטן ברייטע רחבותדיגע דירות פון דריי ביז פינעף צימערן. און צוגאב וועט געבויט ווערן א ביהמ"ד און מוסדות לשם ולתפארת אויף די אויסגעטרויטענעם וויזניצער דרך.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול היכל נחום דחסידי וויזניץ אין בית שמש א כינוס הסברה, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וואו די עסקנים וועלן פארשטעלן פארן ציבור די פונקטליכע פלענער פונעם נייע פראיעקט, און די טעכנישע פרטים צו קענען זיך איינהאנדלען א דירה נאה ומרווחת.



