top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אין באיאנער קלויז אין עמנואל לכבוד ראש חודש מנחם אב

  • 19 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער האט ווי באריכטעט געוויילט די לעצטע וואך אינעם נייעם ישוב עמנואל אויף אפרוה, איז דעם מיטוואך ראש חודש מנחם אב אנגעקומען צו תפילת שחרית אינעם באיאנער קלויז, נאך דער פערזענליכער איינלאדענונג פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' מרדכי שלמה פריינד שליט"א. צום דאווענען האבן זיך איינגעזאמלט די פילע אברכי ק"ק באיאן, וואס ציילן שוין היינט קרוב צו א הונדערט משפחות בליעה"ר.


דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת הלל און פארגעדאוונט מיט גרויס מתיקות און מיטן וויזניצער ברין, און האט עולה געווען רביעי ביי קריאת התורה.


נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די אברכי הקהילה און פאר די לומדי הכולל דחסידי באיאן, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק, און האט פארטיילט שיריים פאר אלע נאספים, ובתוכם די חשובע עסקנים פון די שטאטראט אין עמנואל. אויפן וועג צום אכסניא האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ביהמ"ד חוסט בראשות הגה"צ רבי יעקב יוסף לייפער שליט"א אבד"ק חוסט עמנואל, און שפעטער אין טאג האט דער רבי אפגעראכטן אין די אכסניא א ספעציעלע סעודת ראש חודש פאר די אברכי הקהילה חסידי וויזניץ בית שמש תושבי העיר, און אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די יונגעלייט.







תגובות


bottom of page