top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אינעם נייעם אויפבליענדן ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

דער נייער חרדישע ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל האט נעכטן געהאט זי זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט זיך אומצוקוקן אויף די ווייטערדיגע פארשריט אין די נייע אויפבליענדע שכונה "קרית נועם אלימלך" אין שטאט, געווידמעט פאר הונדערטער משפחות פון די חסידישע קרייזן, דאוראונטער צענדליגער משפחות חסידי וויזניץ בית שמש וועלכע פלאנען זיך ארויסצוציען קיין עמנואל אין די נאנטע צוקונפט.


די באזוך פונעם רבי'ן שליט"א האט זיך אנגעהויבן אין די ארטיגע תלמוד תורה, ווי דער רבי איז אויפגענומען געווארן בשירה ובזמרה דורך די ילדי תשב"ר, דער רבי שליט"א האט אויסגעדריקט זיין קורת רוח זעענדיג די געוואלדיגע בלי און וואוקס פון די נייע ישוב, און די פעסט אוועקגעשטעלטע יסודות אין די חלק הרוחני פון די תלמוד תורה, און דאן אנגעוואנטשן די תלמידים און מרביצי תורה.


פון דארט איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די שטאט, זיך אומקוקענדיג אויף די פילע קאנסטרוקציע זאנעס אויף די נייע שכונות און געגענטער, וואס איז ערווארטעט צו זיין דער פרישע עתיד פאר דרי ארה"ק, דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די זיכערהייט פונעם ישוב, נאכדעם וואס עס געפינט זיך בשכינות פון עטליכע אראבישע דערפלעך, און ארויסגעקוקט פון די צוימען אריבער צו די דערנעבענדיגע דערפלעך, און דערביי ערהאלטן א דעטאלירטע באריכט איבער די שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען צו באשיצן די איינאוואוינער אינעם ישוב אן קיין פראבלעמען מיט די אראבישע שכנים.


במשך דעם טאג האבן די ראשי ועסקני העיר איבערגעגעבן פארן רבי'ן א נענטערע איבערבליק אויף די ווייטערדיגע פלענער פונעם אויפבליענדן ישוב און אלע שכונות, ובפרט פארן חסידישע שכונת "קרית נועם אלימלך". דער רבי האט זיך צוגעהערט מיט גרויס אינטרעסע, און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פאר די עוסקים במלאכת הקודש און פאר די ראשי העיר.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו תפלת מנחה מעריב אין היכל בית המדרש "קהל חסידים" אין שפיץ פון הרה"ג רבי שלמה קליין שליט"א, זון פון הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים, נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים, און אנגעוואנטשן ברכות לרוב איבער די חשיבות פון אוועקשטעלן א נייע ישוב אויף די אויסגעטרעטענע וועגן בדרכי התורה והחסידות.


אין די לעצטע תקופה האבן שוין צענדליגער משפחות חסידי וויזניץ בית שמש, זיך איינגעהאנדלט דירות אין עמנואל און וועלן זיך בקרוב ארויסציען אינעם נייעם שכונת "קרית נועם אלימלך", זייענדיג א געוואלדיגע דערלייכטערונג פאר די יונגערע משפחות אז זיי זאלן זיך קענען איינהאנדלען א דירה פאר ביליגע פרייזן מיט הרחבת הדעת.



bottom of page