הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל געפראוועט אין ירושלים עיה"ק בצל בנו האד' מבלאזוב ריבאטיטש
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענע וואך ט"ז תמוז איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל. במקום מנוחתו אין ירושלים עיה"ק איז געפראוועט געווארן די יארצייט דורך בנו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט.
דינסטאג אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אין בנין פון כולל חבת ירושלים אין עיה"ק ירושלים, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים, מעריצים, און מוקירי זכרו פונעם בעל הילולא. אויף צומארגנס, מיטוואך פארמיטאג, איז פארגעקומען דער מעמד עליה לציון הקדוש במרומי הר הזיתים. אויף שבת איז דער רבי שליט"א פארבליבן אין ירושלים, און זונטאג נאכמיטאג האט ער זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין בארא פארק.















