top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג פראוועט געהויבענעם שבת מיט תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי

  • 29 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.

מיט א רגש דקדושה האבן די בחורי חמד, תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי, מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת בין כותלי הישיבה אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת הישיבה בשליחות הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער האט זיך געפינען אין אייראפע, אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע.


דער שבת איז נישט געווען קיין פרעמדע ערשיינונג פאר די בחורים, צוליב דעם וואס דער זידיטשוב פרעמיסלא רבי טוט כסדר אריינבאקן אין די בחורים די ווארימע ניגונים און נוסחאות לבית קרעטשניף, און א גרויס טייל פון די בחורים תלמידי הישיבה האבן זיך שוין קונה געווען די זכיה מיטצוהאלטן די געהויבענע שבתים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, וואס ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זכרון.


עס האט זיך טאקע דערקענט דורכאויס דעם גאנצן שבת דעם קרעטשניפער פייער, ביי די תפילות וואס דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות, ווען די תפילות האבן זיך פארצויגן שעות ארוכות במתינות, בעת די בחורים דאווענען מיט דעם הייליגן נוסח המקובל.


די שולחנות הטהורים האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אויף א געהויבענע פארנעם אינאיינעם מיט די בחורי חמד, וואו די בחורים האבן זיך דערקוויקט און זוכה געווען צו געניסן פון שעות של קורת רוח, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט ליבליך פארברענגט מיט די בחורים מיט דברי תורה און פנינים יקרים. דער קלימאקס איז געווען ביי שלש סעודות בעידן רעווא דרעווין, ווען דער רבי האט משמיע געווען דברי כיבושין ודברי הדרכה לימי הקיץ וואס האבן זיך געגאסן כמעיין המתגבר בקול זעקה, דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך מתגבר צו זיין אויף די תאוות, שמירת עיניים, התמדה בתורה, און מידות טובות.


במשך דעם שבת האט דער רבי פותח געווען בכבוד האכסניא פונעם זידיטשוב פרעמיסלא רבי'ן שליט"א, ארויסהייבנדיג די גרויסע זכיה וואס די בחורים פארמאגן זיך צו געפינען במחיצתו און לערנען אין דעם רבינס ישיבה, וואס איז משפיע מהוד תורתו פאר די תלמידים כבנים.


מוצאי שבת נאך מעריב און הבדלה האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די מלוה מלכה פאר די בחורים, וועלכע האבן זיך געהויבן מיט געהויבענע טענץ בשירה וזמרה מיט כלי זמר נאכן מיטלעבן אזא דערהויבענעם שבת, און זיך דערקוויקט די הערצער מיט סיפורי צדיקים פונעם רבינס אוצר הבלום. דער שבת האט איבערגעלאזט א גאר טיפן רושם אין די הערצער פון די בחורים, וואס וועט זיי באגלייטן פאר נאך לאנגע יארן.



תגובות


bottom of page