שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב 45 פארגעקומען אין יוניאן ניו דזשערזי
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י
דעם זונטאג אין די מיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין יוניאן, ניו דזשערסי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן.
פארנאכטס איז פארגעקומען דארט אין יוניאן די שמחת התנאים פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א מרא דאתרא דק"ק באבוב 45 אין יוניאן, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א אב"ד ראצפערט, זון פון הגה"צ אבד"ק מישקאלץ ניו סיטי שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' מאיר זלמן שטעג שליט"א ראה"כ תולדות אהרן מאנסי. די שמחה איז פארגעקומען אין שטוב פונעם אבי הכלה הרה"צ רבי חיים ברוך שליט"א, דער רבי שליט"א האט מסדר געווען און דערנאך געליינט די תנאים. נאכ'ן טעלער ברעכן האט מען געזונגען ניגוני שמחה, און די ציבור איז אדורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.













