top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יטב לב: האלב מיליאן דאלאר נדבה פאר'ן נייעם ארון הקודש פראקלאמירט ביי שבע ברכות בבית הנגיד ר' הערשל שטערן

  • 1 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט די וואך באשיינט א שמחת שבע ברכות אין קרית יטב לב,  פאר א זוהן פון הרבני הנגיד ר׳ הערשל שטערן הי"ו  מבוני ופטרוני העיר, וואו ער געמאלדן איבער א פאנטאסטישע ביישטייערונג פון א האלבע מיליאן דאלאר לטובת דעם נייעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אין קרית יטב לב.


די שמחה איז פארגעקומען מאנטאג נאכט אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז ספעציעל אנגעקומען קיין קרית יטב לב צו באשיינען די שמחה.


אינמיטן די שמחה, האט דער בעל שמחה און נדיב ר' הערשל שטערן הי"ו געמאלדן אז ער איז מנדב די פאנטאסטישע סומע פון א האלבע מיליאן דאלאר לטובת דעם נייעם ארון הקודש אינעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אין קרית יטב לב.


מיט דער פרישער ביישטייערונג שטייגט שוין זיינע נדבות פאר'ן בנין הביהמ"ד אויף איין און א האלב מיליאן דאלאר, נאכן זיך שוין פריער איינהאנדלען די זכותים פונעם שם היכל הגדול, חדר תפילה, און בור טבילה.


אינצווישן האלטן די סאטמארער חסידים, איינוואוינער פון קרית יטב לב, טעגליך מיט גרויס התרגשות מיט די שנעלע פארשריט ביים בוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול. די בוי־ארבעטער געפינען זיך אויפ'ן פראיעקט זעקס טעג א וואך, און ארבעטן מיט גרויס פלייס כדי צו פארענדיגן די פראכטפולע געביידע אין די קומענדיגע חדשים.


אין דער זעלבער צייט ווערט ערווארטעט אז דער מרא דאתרא, הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועט זיך בקרוב קובע זיין מקום מושבו צווישן די תושבי הקריה, מיט וואס די קהילה וועט אריינטרעטן אין א נייעם און חשוב'ן קאפיטל פון איר אנטוויקלונג.



תגובות


bottom of page