top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן כינוס חסידי סאטמאר אין מאנטריאל וסיום מסכת שבת במסגרת חבורת "תורתך שעשועי"

  • לפני 53 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

די געהויבענע ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט מאנטריאל איס געקומען צום קלימאקס ביים גרויסן מעמד "כינוס עדת חסידי סאטמאר תושבי קאנאדא" וואס האט צונויפגעברענגט דעם גאנצן ציבור חסידים ומלכם בראשם דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט משמיע געווען מאמרותיו בנעימים מיט דברי חיזוק והדרכה פאר עדת צאן מרעיתו.

 

דער מעמד איז געווען א שמחה כפולה ומכופלת, ווען מען האט אפגעגעבן שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו לרגל דעם גמר המקח פון די נייע געביידע "בנין יושע וברכה ניישטאדט", און גלייכצייטיג איז אפגעראכטן געווארן דער "סיום מסכת שבת" וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת "תורתך שעשועי", אין וועלכן א גרויסער ציבור חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל זענען אנגעשלאסן מיט די כסדר'דיגע לימודים און בחינות מדי חודש בחדשו.

 

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דער גיגאנטישער זאל פון "ארמון פלאזא האטעל" וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור עדת חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל און פון אנדערע מקומות, וועלכע האבן זיך מתוועד געווען כאיש אחד בלב אחד און מיטגעהאלטן די שעות של קורת רוח ביים רייכן סדר היום פון דעם שיינעם מעמד.

 

במשך דעם מעמד האט מען אפגעגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר די נדיבים בעם נוטלים חלק בראש פאר דער הרחבת גבולי הקדושה פון די הייליגע מוסדות, וועלכע האבן זוכה געווען אפצוקויפן די זכותים אדירים אין דעם נייעם בנין.


ארום ניין אזייגער אוונט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש און מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה בניגוני לימוד התורה. דאס אויבן-אן איז געווען באצירט מיט פילע רבנים וגדולי תורה, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער מרא דאתרא הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל, הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א וואס איז געווען צוגאסט אין שטאט, כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א, הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטריאל, און נאך פילע דיינים וחשובי העיר.


דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א, ראש הכולל, האט געעפנט דעם מעמד און אויפגערופן דעם דיין הקהילה צו משמיע זיין דבר המעמד, דערנאך איז פארגעקומען דער גרויסער סיום מסכת שבת, און תיכף נאכן סיום האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט צו פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו, רוח החיים וחבר הנהלת הקהילה והמוסדות, וועלכער האט משמיע געווען דבר הנהלת הקהילה. בתוך הדברים האט ער ארויפגערופן די נדבנים משפחת ניישטאדט און זייער שוואגער הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו מקבל צו זיין א מתנה וברכת קדשו פונעם רבין שליט"א. בשם משפחת ניישטאדט האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו מיט דברי זכרון נאך זיין שווער הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה וואס דער נייער בנין איז געווידמעט אויף זיין נאמען, און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד העם הנאפסים.


דער הויכפונקט פון דעם מעמד איז געווען די לענגערע דברות קודש וואס מען האט געהאט די זכיה צו הערן מפום ממלל רברבן פונעם רבי'ן שליט"א מיט דברי חיזוק והדרכה פארן גאנצן ציבור, דער רבי האט שטארק ארומגערעט איבער די גרויסקייט פון בויען בתי מדרשות און מוסדות התורה און ארויסגעברענגט זיין טיפע שמחה צו זען די הונדערטער לומדים וואס ענדיגן מסכת שבת, באמערקנדיג אז דאס איז שוין דער דריטער סיום וואס ער האלט מיט די וואך נאך די סיומים אין מאנסי און קרית טאהש, וואס איז א געוואלדיגער כבוד התורה וכבוד השבת.

 

אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די חנוכת הבית פונעם בנין התלמוד תורה וואו מען וועט מחנך זיין קינדער צו תורה ויראת שמים. דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה צו פירן א חסידישן לעבן און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די קהילה, פארן שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, און פאר די נדבנים משפחת ניישטאדט און ר' משה גאלדשטיין וועלכע האבן שוין מנדב געווען עטליכע בנינים פאר די מוסדות הקדושים. צום שלוס האט זיך דער רבי מתנצל געווען פארן קורצן באזוך צוליב די ענגע צייט, האפענדיג צו זיין צוריק אין די ישיבה אין קרית יואל מיטוואך אינדערפרי.


נאך די דברות קודש האט דער רבי פארטיילט מתנות הוקרה פאר די גרויסע עסקני הקהילה. מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו. דער מעמד האט זיך געשלאסן אום 10:30 אויפדערנאכט ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד. דארט האט דער רבי געדאווענט מעריב און זיך ווארעם געזעגנט פון די ראשי הקהילה.


אום 11:30 ביינאכט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג דעם ציבור מיט געהויבענע געפילן וואס וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די היסטאריע פון סאטמאר מאנטריאל.


bottom of page