top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באשיינט יערליכע חומש סעודה פון תלמידי מוסדות סאטמאר אין מאנסי

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ

פארלאפענעם וואך זונטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין ניישטאדט' אין מאנסי.


ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, מיט הגה''צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט''א, און די אנדערע חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן. די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורכן מנהל הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער כבני מרון און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער.


דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די שמחה ווען אזויפיל קינדער הייבן אן צו לערנען תורה שבכתב און וועלן בעז"ה ממשיך זיין מיט תורה שבע"פ, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי שבח פון ק"ק ומוסדות סאטמאר אין מאנסי, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר נישט אנצונעמען יעדע קינד אין די מוסדות נאר א קינד פון א ערליכע און חסידישע שטוב ווי עס פאסט. עקסטער האט דער רבי מעורר געווען די חסידים צו אנהאלטן א שטארקע חומה סיי צווישן די גוי'אישע גאס און סיי צווישן די אידישע גאס און נאר אזוי קען מען אויפשטעלן ערליכע דורות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע קינדער און פאר זייערע עלטערן און זיידעס.


נאכן חומש סעודה איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הבית רחל 'בנין אלי' ניישטאדט' ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די עלטערע כתות פון די מוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת המוסדות, דערביי האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, איבערגעגעבן א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי המוסדות מיטן אויפבוי פון נאך א בנין פאר די בית רחל און אזוי אויך פארברייטערן די ביז איצטיגע בנינים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.



תגובות


bottom of page