top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור נימוסין פון האד' ממודזיץ ביי מחותנו האד' מסקווירא נאך שמחת קישור החיתון בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א דעם רבינס פרישער מחותן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס איז געווען צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ. דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון עטליכע קינדער דאראונטער זיין איידעם הרה"צ רבי יוסף שיף שליט"א מליזענסק וואס איז נישט לאנג צוריק געקומען בקשרי שידוכים מיטן סקווערער רבי'ן שליט"א און זיין איידעם דער זוועהילער רבי פון אמעריקא.


דער סקווערער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די סיבה פון זיין באזוך אין אמעריקא, און עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס פון צדיקי בית סקווירא, טשערנאביל און מודזיץ. דער רבי האט דאן מכבד געווען די גאסט מיט פירות און דערנאך פארבעטן די אנוועזנדע צו ארויסגיין וואו די רבי'ס און די משפחה האבן ווייטער פארברענגט ביחידות.


לויט די יעצטיגער פלענער וועט די גרויסער חתונה קומענדיגן חודש אלול פארקומען אין שטאט בני ברק מקום מגורי הכלה, און אויף שבת שבע ברכות וועט די גאנצע משפחה אריינגערעכנט די חתן, מחותנים און זיידעס ארויספארן קיין אמעריקא און פראווענען די נעילת ימי השמחה און שבת שבע ברכות אין סקווירא שטעטל בצל הקודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

bottom of page