top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 באזוכט בקרב המוסדות אין יוניאן ניו דזשערזי | בילדער

  • לפני 56 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י

ווי באריכטעט איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין יוניאן ניו דזשערזי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. צום ערשט האט דער מנהל, הרב יחיאל גלאנץ, מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט די סדר פון די חומש סעודה. דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך זענען די קינדער אדורך נעמען פירות פון רבי'ן, און ממתקים פון דעם רבינס איידעם הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א, מרא דאתרא פון די קהילה.  נאכדעם זענען די זיידעס און די עלטערן אריבער ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן לחיים.


 פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען לבית חתנו, הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן במשך'ן טאג. בין הנכנסים זענען אריין די תלמידים פון כיתות ז' און ח' פון תלמוד תורה אין יוניאן מקבל זיין פרסים לרגל סיום שנת הלימודים.


פארנאכטס איז פארגעקומען דארט אין שטוב די שמחת התנאים פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א, ווי ברייט באריכטעט.



bottom of page