top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה: חגיגת הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין ישיבה קטנה ישועות משה וויזניץ אין לאנדאן

  • לפני 2 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שמחת וחדוות התורה האבן חסידי וויזניץ תושבי עיר הבירה לאנדאן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולן בנין הישיבה קטנה 'ישועות משה' וויזניץ אין שטאט, ווען בראש עם קודש באשיינט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געקומען צופארן צו באשיינען דעם מעמד.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן זונטאג ביינאכט ווען דער רבי שליט"א איז תיכף נאכן אנקומען אין שטאט, צוגעפארן צום שטוב פונעם נדבן הנגיד החסיד ר' ישראל שלום טויב הי"ו צום מעמד סיום כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן לעילוי נשמתו פון זיין פאטער הרה"ח ר' יעקב אברהם טויב ז"ל, וואו א גרויסער עולם חסידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן בבואו לחון את פני העיר און מקבל פנים געווען בשירה וזמרה. נאכן אריינשרייבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני כתיבת ספר תורה, און מען האט געזינגען ניגוני תורה.


מאנטאג נאכמיטאג איז ארויס די פרייליכע תהלוכה לכבודה של תורה פונעם רבי'נס אכסניא אין שטוב פון העסקן הדגול הרה"ח ר' ישראל וואלצער הי"ו, וואו מאסן חסידים ותושבי העיר האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה אויף די גאסן פון לאנדאן ביז צום גרויסן שטח פארנט פונעם בנין הישיבה קטנה אויף די מענער גאס.


די ריקודין של שמחה האבן פארגעזעצט פארנט פונעם בנין הישיבה ווען דער רבי שליט"א שטייט אין צענטער און איז מעודד מיט גרויס פלאם די פייערליכע ריקודין תחת כיפת השמים. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג מיט גרויס התעוררות, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטןן ספר תורה אויף די זעקסטע הקפה ניגון וינועו אמות הסיפים.


דערנאך האט דער רבי מכבד געווען משפחת טויב הנכבדה טאנצן מיט די ספר תורה, און מכבד געווען בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט''א פארצוזאגן מזמור לדוד. דאן איז דער רבי אריבער אין באגלייטונג פון די נדבנים און עסקנים צום נייעם היכל הישיבה און אריינגעפירט דעם נייעם ספר תורה צום ארון קודש.


נאך די תהלוכה און ריקודין בחוצות העיר, האבן די הונדערטער חסידים אריינגעשטראמט צום זאל "יסודי התורה", וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די שמחת חנוכת הבית פארן נייעם בנין הישיבה קטנה קאמבינירט מיט די סעודה לגומרה של תורה. די זאל איז געווען אויסגעשטעלט מיט פראכט פאר די משפחת הנדבנים, תומכי הישיבה, תושבי העיר און אנשים מכובדים, ווען אויפן אויבן-אן האבן זיך אנגעזען צענדליגער אדמורי"ם ורבני העיר. 


ווען כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מופיע געווען בהדרו אין זאל, האט דער עולם אויסגעבראכן אין א פייערליכן ניגון "שהחיינו", באגלייט דורך די הערליכע קאפעליע וואס האט מהנה געווען דעם ציבור מיט שירי שבח והודאה.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן יושב ראש הרה"ג ר' ישעי' גרינפעלד שליט"א, וועלכער האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט די שנעלע הרחבת גבולי הקדושה פון די וויזניצער קהילה אין לאנדאן, וואס פארמאגט שוין היינט א ביהמ"ד המרכזי, תלמוד תורה, ישיבה קטנה און כולל אברכים, און האט מבשר געווען די פריידיגע בשורה אז צום קומענדיגן זמן אלול וועט זיך אי"ה עפענען די נייע מיידל שולע "בנות לאה אסתר".


דערנאך האבן די פארזאמלטע זוכה געווען צו הערן דברי ברכה פון הגה"צ ר' יוסף פאדווא שליט"א ראש הדיינים דהתאחדות קהילות החרדים, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב פסח עקיבא טויב שליט"א, מנהל התלמוד תורה, וועלכער האט מעלה געווען דעם זכרון פון זיין פאטער הרה"ח ר' יעקב אברהם טויב ז"ל, וואס דער ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן לעילוי נשמתו, און דערציילט איבער די זעלטענע התבטלות פון זיין פאטער צו צדיקי בית וויזניץ, און ווי דער רבי שליט"א האט זיך אוועקגעגעבן פאר די יתומים נאך די פטירה פון זיין פאטער ממש ווי א ליבליכע טאטע.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי אלוקים חיים, וואו ער האט מיט גרויס רגש ארויסגעברענגט די שמחה ביים מחנך זיין דעם נייעם בנין לתורה ולתפילה וואס טראגט דעם נאמען פון זיין פאטער דער הייליגער "ישועות משה" זי"ע. דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין טיפע דאנקבארקייט פארן נדבן הספר תורה הנגיד ר' ישראל שלום טויב הי"ו, און ארומגערעדט בשבחו פון זיין אומפארגעסליכן פאטער ר' יעקב אברהם טויב ז"ל, און באזונדער ארומגערעדט בשבחו פון העסקן הנמרץ ר' ישראל וואלצער הי"ו, וועלכער האט גענומען דעם גאנצן עול הבנין אויף זיינע פלייצעס.


במשך די מעמדי קודש האבן זיך צווישן אנדערע הגה"צ רבי שלום פרידמאן סגן גאב"ד לונדון, הגה"צ רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט''א, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד, הגאון רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים וחבר התאחדות קהילות החרדים; כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן, אדמו"ר מטריסק לאנדאן, אדמו"ר מסטאניסלאוו אלעסק, אב"ד טשארטקוב, אב"ד ליעזש, אב"ד טשענגער, הגאון רבי גרשון האגער רב ביהמ"ד בית ישכר דוב, ובניו הגאונים, הגה"צ רבי לייבוש פאדווא שליט"א חבר התאחדות קהילות החרדים, הגאון רבי מרדכי וויינברג רב קהילת סלאנים, און דייני קהילות הקודש בעלזא, סאטמאר, סקווירא, גור און נאך.



bottom of page