top of page
טויזנטער ערווארטעט ביי ערשטמאליגע מעמד ההדלקה דורך האד' מסקולען י-ם ביי ריזיגן "מתחם ההילולא" אין מירון
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה עצומה ווערט אויפגענומען ביי תושבי ארצינו הקדושה, אז דאס יאר וועט צום ערשטן מאל פארקומען א גרויסארטיגער סקולענער הדלקה אין אתרא קדישא מירון בעצם יום ל"ג בעומר, די מעמד ההדלקה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכער וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן די הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי במעמד אלפי ישראל אויפן דעזיגנירטע ''מתחם ההילולא'', ווי עס ווערט גערופן 'מתחם 89', וואס געפינט זיך אונטן ביים מ


מעמד אדיר "סיום כתיבת ספר תורה" פון האד' מסאטמאר וועט פארקומען אין גיגאנטישן "דאגגעל גרינהויז קאמפלעקס"
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ווייטערדיגע באריכטן אין בעפארברייטונג צום היסטארישן חגיגת "הכנסת ספר תורה" פארן פערזענליכן ספר תורה וואס כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט"א האט געלאזט שרייבן בהידור רב און וועט אריינגעגעבן ווערן קומענדיגן ל"ג בעומר צום ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, איז מיט פייערליכע שפאנונג אויפגענומען געווארן ביי חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק אז די גראנדיעזע מעמד "סיום כתיבת האותיות" אינאיינעם מיטן עריכת שלחן הטהור לכבוד


היסטארישע "שבת היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מיט נגידי החסידות אפגערופן אין ליכט פון מצב בריאתו
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז היינט געמאלדן געווארן מטעם די הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא, אז די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" וועלכע האט געזאלט פארקומען דעם שבת פ' אחרי קדושים, איז אפגעשטופט געווארן אויף אן אנדערע געלעגנהייט. ווי שוין ברייט באריכטעט האט דער בעלזער רב שליט"א באוויליגט ארויסצוגיין אין אן ערשטמאליגן שריט און אפרעכטן א פריוואטן שבת מיט די נדיבים בעם וואס נעמען א חלק אינעם אויפבוי פו


הילד איננו: טראגישע פטירה פון הילד אליהו טרייצקי ע"ה אייניקל פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאכן זיך דערשטיקן
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א שווערע טראגעדיע האט נעכטן מאנטאג באטראפן די חרדישע קהילה אין די קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית מיט די טראגישע אומקום פון א קליין יונגל אליהו טרייצקי ע"ה בלויז צוויי אלט, אן אור אור אייניקל פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות נאכן זיך דערשטיקן אין פלעיגרופ. שוין א גאנצע וואך וואס ער האט זיך געפונען אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, בעת די דאקטוירים אין שפיטאל האבן געקעמפט אויף זיין לעבן, ליי


שיינעם שמחת האירוסין אין שטאט מאנטשעסטער פון החתן נכד האד' מוויזניץ ירושלים עב"ג הכלה נכדת ראש ישיבת וויזניץ
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן ציבור תושבי מאנטשעסטער האבן זיך פאריגע וואך באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, לכבוד די שמחה זענען די זיידעס כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ


גאב"ד מאקאווא וועט באשיינען אלס אורח הכבוד ביי כולל שומרי החומות דינער אין וומסב"ג; שבת התאחדות מיט תלמידי מאקאווא
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי ניו יארק האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק גאב''ד מאקאווא שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא צו דינען אלס אורח הכבוד ביים גראנדיעזן דינער השנתי דורך "כולל שומרי החומות", וואס דער רב שליט"א דינט אלס חבר נשיאות הכולל. דער באזוך ווערט אויפגענומען מיט א ספעציעלע רגש ביים ציבור, נאכדעם וואס דער מאקאווא רבי איז זיך געווענליך מונע פון אויפטרעטן ברבים ביי מעמדים און דינערס, אבער אן אויסנאם איז ווען עס קומט


דעטרויט: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען קיין אמעריקא צום הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי קארלין סטאלין אפצורעכטן די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש מפורסם רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטאג ו' אייר, כמידי שנה בשנה וועט כ"ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט"א קומען צו פארן קיין אמעריקא אין פראווען די הילולא פונעם פעטער - וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות - במקום מנוחת קדשו אין דער שטאט דעטרויט, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער גרעי


עד יעבור זעם: באבובער ישיבה 'קדושת ציון' אין בת ים צייטווייליג פלאצירט אין קעטסקילס בערג אין ניו יארק צוליב מצב המלחמה
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש צוליב די אנגייענדע מצב המלחמה בארה"ק איז בהוראת הקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געעפנט געווארן דער נייער זומער זמן תשפ"ו פאר די ישיבה גדולה "קדושת ציון ד'באבוב" אין קרית באבוב בת י-ם אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק, וואו די לימודים גייען אן תמידין כסדרן, און וועלן זיך דארט אויפהאלטן עד יעבור זעם. די באבובע ישיבה אין בת י-ם באשטייט פון פילצאליגע בחורים פון אויסלאנד, אמעריקע און אייראפע, וועלכע פארן דארט אהין זיך משלים זיין בתו


חסדי השם: שינוי לטובה אין מצב הבריאות פון האד' מבעלזא נאך אנגעצויגענע טעג; ווייטערדיגע תפילות לרפואתו השלימה
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל נעמען אויף מיט גרויס שמחה און פרייד די בשורה טובה אז תפלות ישראל עשתה רושם, נאך עטליכע אנגעצויגענע טעג הערט מען ב"ה אז דער מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אין לויף פון די נאכט געגאנגען צום בעסערונג בחסדי שמים. ווי ברייט באריכטעט, האט דער רב שליט"א געליטן פון אן אנגייענדע שוואכקייט וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער א וואך, צוליב א מעדיצינישע פראבלעם אין די לונגען וואס האט פארשווערט דאס אטעמען.


הילולא קדישא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אפגעהאלטן דורך אלפי חסידי סאטמאר בצל בנו האד' מסאטמאר
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער האבן פארגאנגענעם מאנטאג כ"ו ניסן אפגעצייכנט די 20'טע הילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט. אנגעהויבן


אשת חבר: הרבנית חנה אסתר טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ ר' זאב טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא נפטר געווארן בשיבה טובה
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז די נאכט מוצאי שבת קודש נפטר געווארן בשיבה טובה הרבנית הישישה מרת חנה אסתר טווערסקי ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, זון פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכע האט זוכה געווען צו א שיבה טובה גרייכענדיג 92 יאר, און לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין אדמו"רים, רבנים ומורי הוראה. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שטאט וויען - עסטרייך אין יאר תרצ"ה, אלס די


צדיק גוזר: ריבוי חתנים אין ישיבה גדולה ד'טאהש נאך הבטחה וברכת הקודש פון האד' מטאהש
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בין כותלי ישיבה גדולה ד'טאהש און ביי חסידי טאהש אומעטום איז די גשפרעך פון טאג דער הבטחה און ברכת צדיק וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אנגעוואונטשן די תלמידי הישיבה גדולה מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק און איז בס"ד נתקיים געווארן במלואו ווען אין די געציילטע וואכן האט מען בייגעוואוינט אן אומגעווענליכע ריבוי חתנים אין די ישיבה בלי עין הרע. געווען איז דאס מוצש"ק זכור ווען דער פורים רב פון ישיבה גדולה, ממצוייני תלמידי הישיבה איז


ממנו תצא תורה: היסטארישע הכנסת ספר תורה פון האד' מסאטמאר באשטימט אויף ל"ג בעומר הבעל"ט
מוצאי שב"ק פ' טהרה • א' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ערב שבת איז באשטעטיגט געווארן דער ענדגילטיגער דאטום פונעם היסטארישער חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף דעם קומענדיגן ל"ג בעומר תשפ"ו הבעל"ט. ווי ברייט באריכטעט איז דעם ווינטער באקאנט געווארן צווישן די חסידים אז דער רבי שליט"א האט ארום צוויי יאר צוריק אנגעהויבן זיך גרייטן בקיום מצות כתיבת ספר תורה, ווען ער האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה מחשובי חסידי סאטמאר, צו לאזן


גרויסע שבת מיט הרה"צ מבעלזא שליט"א אין הר יונה אפגערופן אין ליכט פון באזארגנדע מצב הבריאות ביי האד' מבעלזא
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגער טויש אין פלאן איז היינטיגן פרייטאג ערב שבת אפגערופן געווארן די גרויסע שבת אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין הר יונה - נוף הגליל. טראץ די חדשים לאנגע צוגרייטונגען בדמים תרתי משמע צום גרויסן שבת מיט אלע נויטיגע הכנות פולקאם גרייט, האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געזעהן פאר וויכטיג צו פארבלייבן שבת אין ירושלים אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ליידער שט


בד"ה: נפטר געווארן הרבנית בריינדל לאה כהנא ע"ה מזידיטשוב ספינקא; טאכטער פון האדמו"ר מטשאקאווא זצ"ל
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: פון ירושלים עיר הקודש קומט אן די בשורה קשה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת בריינדל לאה כהנא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא הרה"צ רבי צבי הירש כהנא זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטשאקווא זצ"ל בעל דברי נפתלי, וואס איז נפטר געווארן נאכן מיטמאכן שווערע יסורים ומכאובים, אין עלטער פון בלויז 65 יאר. די נפטרת איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלס דער צווייטער קינד צו איר פאטער די טשאקאווא רבי, יושב ראש


בד"ה: הרה"ח ר׳ שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה משב"ק אדמור"י בית מודזיץ אריבער 40 יאר
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי מודזיץ און פילע תושבי בני ברק אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פונעם פיליעריגער גבאי אין די מודזיצער הויף הרב החסיד המפורסם ר' שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה, וועלכער האט געהאט די זכי' צו דינען אלס געטרייער משמש בקודש ביי דריי דורות פון די שולשולתא קדישא לבית מודזיץ, אנגעהויבן בשנות צעירותו ביי כ"ק האדמו"ר בעל אמרי אש ממודזיץ זצ"ל, דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל וועם


בני ציון: האד' מבאבוב וועט ערשטמאליג פראווען סעודת ליל שב"ק מיט די תלמידי הישיבות הגדולות
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז האבן די בחורי ישיבות הגדולות דחסידי באבוב אויפגענומען די היסטארישע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט אין אן ערשטמאליגער שריט אפרעכטן דעם היינטיגן שב"ק טהרות, ר"ח אייר, די סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די פילע הונדערטער תלמידים הנאמנים, די בחורים פון די ישיבות הגדולות דבאבוב, וואס וועלן האבן די זעלטענע די זכי' מסיב צו זיין על שלחן המלך און מיטהאלטן דעם שלחן הטהור וואס דער רבי וועט פראווען אויסשליסליך מיט זיי.


האד' מתולדות צבי ספינקא וועט אפרעכטן היסטארישע הכנס"ת אין מאגלעניץ שב"ק אמור בעצם יומא דהילולא פונעם שרף זי"ע
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט הרגשי קודש רישן זיך מאסן תלמידי חסידי ספינקא מיטצולעבן א היסטארישע מסע הקודש וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א לעיר האבות "מאגלעניץ" לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הק' דער הייליגער שרף ממאגלעניץ זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן שבת פר' אמור, ט"ו אייר. די נסיעה טראגט א היסטארישע באדייט, ווען עס וועלן אפגעראכטן ווערן א רייע מעמדי קודש און זעלטענע מאורעות על אדמת הקודש, ווען דער קלימאקס וועט זיי


האד' מצאנז איז מחזק שפיגל פאמיליע נאך טראגישע אינצידענט ווען צוויי בחורים ווערן דערטראנקען ל"ע אין נתני'
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכט בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, איז אריינגעקומען אל הקודש פנימה הרב שלמה שפיגל שליט"א א חשובע מרביץ תורה אין ירושלים וועמענס צוויי קינדער זענען דעם פרייטאג דערטראנקען געווארן ביים בארטן אין קרית צאנז נתניה. דאס איז געווען בלויז געציילטע שעהן בעפאר זיין זון הבחור ישכר דוב ע"ה האט אויסגעהויכט זיין נשמה נאכן זיך געפונען אין א קריטישע געזונט צושטאנד זינט פרייטאג, ווען ער איז אפגעפינען געווארן ביים ים, אין ד


מרבים שלום: האד' מוויזניץ מאנסי נעמט אויף זיך פינאנציעלע עול פון נייע כולל דחסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין נאך א באגריסנדע אנטוויקלונג פון אחדות און צוזאמענארבעט בחצרות בית וויזניץ, ווערט אין די יעצטיגע טעג אוועקגעשטעלט א נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א, מיט די פערזענליכע הילף און באגלייטונג פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטערע חדשים האבן די צוויי ברידער האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישא מערערע


bottom of page
