ממנו תצא תורה: היסטארישע הכנסת ספר תורה פון האד' מסאטמאר באשטימט אויף ל"ג בעומר הבעל"ט
- 19 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' טהרה • א' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם ערב שבת איז באשטעטיגט געווארן דער ענדגילטיגער דאטום פונעם היסטארישער חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף דעם קומענדיגן ל"ג בעומר תשפ"ו הבעל"ט.
ווי ברייט באריכטעט איז דעם ווינטער באקאנט געווארן צווישן די חסידים אז דער רבי שליט"א האט ארום צוויי יאר צוריק אנגעהויבן זיך גרייטן בקיום מצות כתיבת ספר תורה, ווען ער האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה מחשובי חסידי סאטמאר, צו לאזן שרייבן א ספר תורה, און זינט דאן ווערט די ספר תורה געשריבן בתכלית ההידור והיופי, אלעס שטיל און באשיידן, אן א שום פרסום.
ווען די ספר תורה האט שוין געהאלטן נאנט צום גמר, איז ארויס די ידיעה אז בקרוב וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען דער רבי וועט אריינפירן זיין אייגענע ספר תורה לבית מדרשו של רבי, אינעם ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג.
ביי אן ענגע אסיפה די וואך האבן די עסקנים איבערגעשמועסט מיט'ן רבי'ן אלע פלענער און אפציעס, אריינגערעכנט עס אפצורעכטן דעם קומענדיגן יו"ט שבועות, עווענטועל איז באשלאסן געווארן אפצורעכטן די חגיגה דעם ל"ג בעומר.
לויט די ערשטע באשטעטיגטע פלענער וועט דער 'סיום כתיבת האותיות' פארקומען במעמד קהל עם רב דעם קומענדיגן מאנטאג בה"ב אויפדערנאכט אין א גיגאנטישער זאל נעבן וויליאסמבורג, אינאיינעם מיט'ן ל"ג בעומר טיש וואס איז שוין פאראיאר אפגעראכטן געווארן אויף א מאסיוון פארנעם במעמד אלפי חסידי סאטמאר.
דער מעמד הכנסת ספר תורה זעלבט וועט פארקומען למחרתו דינסטאג יום ל"ג בעומר בייטאג, במקהלות רבבות ישראל, אלופי אלפי החסידים, וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היסטארישן מעמד.
אצינד אז ס'איז שוין באשטימט דער זמן פונעם גרויסן מעמד, האבן די עסקנים זיך אריינגעווארפן מיט פלייס און ברען אויסצוארבעטן אלע פרטים פון דעם היסטארישן מעמד וואס ווערן איצט באשטימט און וועט אי"ה געמאלדן ווערן אין די נאנטע תקופה.






תגובות