top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר "סיום כתיבת ספר תורה" פון האד' מסאטמאר וועט פארקומען אין גיגאנטישן "דאגגעל גרינהויז קאמפלעקס"

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע באריכטן אין בעפארברייטונג צום היסטארישן חגיגת "הכנסת ספר תורה" פארן פערזענליכן ספר תורה וואס כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט"א האט געלאזט שרייבן בהידור רב און וועט אריינגעגעבן ווערן קומענדיגן ל"ג בעומר צום ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, איז מיט פייערליכע שפאנונג אויפגענומען געווארן ביי חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק אז די גראנדיעזע מעמד "סיום כתיבת האותיות" אינאיינעם מיטן עריכת שלחן הטהור לכבוד היום, וועט געפייערט ווערן במקהלות אלופי אלפי החסידים זקנים עם נערים אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהויז קאמפלעקס" וואס געפינט אינעם "ברוקלין נעווי יארד", ביים גרעניץ פון שטאט וויליאמסבורג.די ל"ג בעומר טיש איז איינע פון די גרעסטע טישן דורכ'ן יאר בחצר הקודש סאטמאר, ווען טויזנטער חסידים קומען זיך צונויף לשוש ולשמוח בשמחת התנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי, און דערצו וועט דאס היי יאר זיין קאמבענירט מיטן שמחת התורה פונעם רעיה מהימנא דער רבי שליט"א.


בכדי צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר, זקנים עם נערים, ביום הזה באו כאיש אחד בלב אחד, איז ארויסגעדינגען געווארן דער גיגאנגטישער פינף-און-צוואנציג טויזנט סקווער-פיס "דאגגעל גרינהויז קאמפלעקס", וואס איז צוגעפאסט און אויסגעשטעלט פאר אזעלכע סארט מעמדי קודש.


דער זאל וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון ברעג צו ברעג רינגס ארום אלע זייטן פונעם זאל, מיט טויזנטער זיץ-ערטער אינעם גאנצן חלל האולם, און א ריזן בית הכבוד לענגאויס דעם גאנצן פני המזרח, וואו עס וועט במקהלות כל קהלה קדישא, סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, מיטגעלעבט ווערן דעם היסטארישן מאורע לכבוד התורה ולכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.



תגובות


bottom of page