חסדי השם: שינוי לטובה אין מצב הבריאות פון האד' מבעלזא נאך אנגעצויגענע טעג; ווייטערדיגע תפילות לרפואתו השלימה
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל נעמען אויף מיט גרויס שמחה און פרייד די בשורה טובה אז תפלות ישראל עשתה רושם, נאך עטליכע אנגעצויגענע טעג הערט מען ב"ה אז דער מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אין לויף פון די נאכט געגאנגען צום בעסערונג בחסדי שמים.
ווי ברייט באריכטעט, האט דער רב שליט"א געליטן פון אן אנגייענדע שוואכקייט וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער א וואך, צוליב א מעדיצינישע פראבלעם אין די לונגען וואס האט פארשווערט דאס אטעמען.נעכטן זונטאג נאך וואס דער מצב איז נישט געגאנגען צום בעסערונג איז שוין געווען א קלער אריינצופארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען, און נאך א זיצונג מיט די דאקטוירים איז אבער באשלאסן געווארן דורכצופירן די פראצעדור בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א וואו עס איז אהערגעשטעלט געווארן די נויטיגע איינריכטונגען פון סאפסיטיקירטע מאשינען און אפאראטן זיך צו קענען אפגעבן מיט די הייל מיטלען און אויפזיכט.
אין לויף פון די נאכט איז דער מצב ב"ה געגאנגען צו בעסערונג, און היינטיגן מאנטאג האט דער רב שליט"א אנגעהויבן צוביסליכווייז זיך אומקערן צו זיין סדר היום, בעת די חסידים טוען ווייטער אומאויפהערליך מתפלל זיין ביי רוטינע משמרות און עצרות תפלה פאר'ן רבי'נס געזונט. גלייכצייטיג איז היינט געמאלדן געווארן פאר די חסידים אין נאמען פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אז עס איז ברוך השם פארהאן א קענטיגע פארבעסערונג אינעם מצב, אריינבלאזנדיג א שטראם פון התרגשות של שמחה ביי אלע חסידים.
אויב די ערהוילונג וועט ווייטער גיין אין גוטן ריכטונג וועט דער רב שליט"א מיטן אויבערשטנס הילף וויילן דעם שבת אין די גיגאגנטישער "די סיטי" פעסטונג בגלילות ירושלים אויף די געפלאנטע היסטארישע שבת "בהיכלא דמלכא" מיט די נגידי החסידות, אלנפאלס זענען די חסידים ווייטער מתפלל פאר'ן רבי'נס פולקאמע ערהוילונג, און עס גייען ווייטער אן די עצרות תפלה ואמירת תהילים ברוב עם אין אלע שטעט.





תגובות