טויזנטער ערווארטעט ביי ערשטמאליגע מעמד ההדלקה דורך האד' מסקולען י-ם ביי ריזיגן "מתחם ההילולא" אין מירון
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה עצומה ווערט אויפגענומען ביי תושבי ארצינו הקדושה, אז דאס יאר וועט צום ערשטן מאל פארקומען א גרויסארטיגער סקולענער הדלקה אין אתרא קדישא מירון בעצם יום ל"ג בעומר, די מעמד ההדלקה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכער וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן די הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי במעמד אלפי ישראל אויפן דעזיגנירטע ''מתחם ההילולא'', ווי עס ווערט גערופן 'מתחם 89', וואס געפינט זיך אונטן ביים מושב מירון.
ווי באקאנט האט געהערשט א שטארקע דביקות ביי אדמור"י בית סקולען לדורותיהם צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זיע"א, בפרט ביי הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע וועלכער האט פארמאגט א קשר עליון דאורייתא מיט רבי שמעון, און האט מייסד געווען די ישיבה על קברו "חסד לאברהם" וואס פונקציאנירט נאך עד היום הזה, לעשות נייחא לנשמתא פונעם הייליגן תנא אשר כל בית ישראל נשען עליו.
אין די פארגאנגענע יארן פלעג דער רבי שליט"א אפרעכטן די הדלקה ביום ל"ג בעומר, טאקע אין חצר פון ישיבת חסד לאברהם, אויף א קלענערע פארנעם, און היי יאר נאך וואס די מארגני ההילולא האבן מפציר געווען ביים רבי'ן צו אנצינדן די מדורה ביים גרויסן מתחם ההילולא, האט דער רבי שליט"א צוגעשטימט און אגענומען די כיבוד.
דער מעמד ביום ל"ג בעומר וועט זיך אנהייבן בשעה 5:30 נאכמיטאג און בעלות המנחה וועט דער רבי שליט"א אנצינדן די מדורה במעמד טויזענטער אידן, וועלכע וועלן דאס יאר האבן די זכיה צום ערשטן מאל מיטצוהאלטן א סקולענער הדלקה אין מירון, די ווארעמע ניגוני התעוררות בנוסח סקולען, און די לעבעדיגע ריקודין באגלייט מיט א חסידישע קאפעליע.
מאנטאג נאכט ליל ל"ג בעומר וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן דעם שולחן הטהור לכבוד היום און סעודת ההילולא בבית מדרשו אין ירושלים.





תגובות