היסטארישע "שבת היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מיט נגידי החסידות אפגערופן אין ליכט פון מצב בריאתו
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז היינט געמאלדן געווארן מטעם די הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא, אז די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" וועלכע האט געזאלט פארקומען דעם שבת פ' אחרי קדושים, איז אפגעשטופט געווארן אויף אן אנדערע געלעגנהייט.
ווי שוין ברייט באריכטעט האט דער בעלזער רב שליט"א באוויליגט ארויסצוגיין אין אן ערשטמאליגן שריט און אפרעכטן א פריוואטן שבת מיט די נדיבים בעם וואס נעמען א חלק אינעם אויפבוי פון די נייע בניני הישיבות הקדושות בעלזא ברחבי ארה"ק, די שבת האט געזאלט פארקומען אין די גיגאנטישע די סיטי פעסטונג, און גאר אסאך כוחות איז אריינגעלייגט געווארן אין אלע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן וואס אזא שבת נעמט אריין.
אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשיקט געווארן דורך העסקן הרב פנחס לערנער מראשי הנהלת המרכז אין אמעריקא טוט ער איינמעלדן פאר די משתתפי השבת אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ, אז נאך מערערע באראטונגען דורך די ראשי העסקנים איז מען געקומען צום החלטה אז אין אזא מצב ווען דער רב שליט"א איז נאך שרוי בחולשה, איז די ריכטיגע שריט צו לאזן דעם שבת אויף אן אנדערע געלעגנהייט ווען דער רב שליט"א וועט גענצליך קומען צו די כוחות בקרוב. ער האט צוגעגעבן אז די עסקנים זענען היינט אריין אל הקודש פנימה אינאיינעם מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און איבערגעגעבן די החלטה מבטל צו זיין דעם שבת, אויף וואס דער רב שליט"א האט צוגעשטימט, ושמע מינה דניחא לו.
אין די נאנטע צוקומפט וועט מען אי"ה פון פריש באשטימען א דאטום פארן שבת, און זיך ווידער נעמען צו די הכנות און פלאנירונגען מיטן ציל אז דער שבת זאל געקרוינט ווערן מיטן מאקסימאלע מאס הצלחה, על צד היותר טוב.





תגובות