top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עד יעבור זעם: באבובער ישיבה 'קדושת ציון' אין בת ים צייטווייליג פלאצירט אין קעטסקילס בערג אין ניו יארק צוליב מצב המלחמה

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

צוליב די אנגייענדע מצב המלחמה בארה"ק איז בהוראת הקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געעפנט געווארן דער נייער זומער זמן תשפ"ו פאר די ישיבה גדולה "קדושת ציון ד'באבוב" אין קרית באבוב בת י-ם אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק, וואו די לימודים גייען אן תמידין כסדרן, און וועלן זיך דארט אויפהאלטן עד יעבור זעם.


די באבובע ישיבה אין בת י-ם באשטייט פון פילצאליגע בחורים פון אויסלאנד, אמעריקע און אייראפע, וועלכע פארן דארט אהין זיך משלים זיין בתורה וחסידות אונטער די השפעה פון די אויסגערופענע מרביצי תורה, ובראשם דער חשוב'ער מנהל הישיבה הרה"ג ר' חיים דוד באקאן שליט"א פון בארא פארק, וועלכער קומט כסדר צו פארן אויף ארץ ישראל צו באגלייט די ישיבה לשם ולתפארת, ועינו ולבו פונעם באבוב'ער רב שליט"א איז כסדר אהין געוואנדן, און די ישיבה טראגט ביי אים א געוואלדיגע חביבות און נאנטשאפט.


אויף דעם פאריגן יו"ט פסח זענען די בחורים אהיימגעקומען צו די עלטערן, און אצינד נאך פסח, ווען דער מצב המלחמה האט ליידער נאכאלץ נישט אינגאנצן נאכגעלאזט, האט דער באבוב'ער רב געגעבן די הוראת הקודש אז די בחורים זאלן נישט צוריקפארן, און אויפדערווייל זאל מען פלאצירן די ישיבה אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק, וואו עס זאל ווייטער אנגיין די לימודים כרגיל.


די הנהלת הישיבה האט זיך אריינגעווארפן מיט פלייס און באוויזן איינצורישן א פולקאמע ישיבה, אינעם "קעמפ כרם שלמה דבאבוב" אין די קעטסקילס בערג, וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט אלע צרכי הישיבה ברוחניות ובגשמיות, מטה כסא ושלחן, און באזונדער איז געווארן אויפגענומען א פולע שטאב מרביצי תורה, סיי די קביעות'דיגע מרביצי תורה פון ארץ ישראל, וואס עטליכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן צו ווייטער באגלייטן די לימודים דאהי, און סיי מיט די אויפנאמע פון פרישע מרביצי תורה ספעציעל פאר דאהי.


נעכטן זונטאג האבן די בחורים געדאוונט מיט'ן מנין הגדול פונעם רב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול באבוב, און נאכ'ן דאווענען זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת פרידה און דער רב האט יעדן ווארעם געוואונטשן הצלחה צום נייעם זמן בתוככי ניו יארק.

תגובות


bottom of page