וכבוד גדול עשו לו במותו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN, שוקי לרר, שלומי טריכטער
בקול נהי ובכי תמרורים האבן מאסן אידן באגלייט למנוחות דעם גרויסן גאון וצדיק מפארי וזקני הרבנים אין שטאט תל אביב, רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב, ביים מסע הלוויה דעם מוצאי שבת ליל ערב יום הכיפורים - ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, אין די צייט ווען די וואונד איז נאך פריש און דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל, מיטן הסתלקות פונעם רב רבנן וואס האט באשיינט דעם שטאט באור תורתו וצדקתו.
פון ווען די שווערע בשורה האט זיך צושפרייט במוצאי יום מנוחה האבן הונדערטער תלמידים ההולכים לאורו איבערגעפילט די גרויסער היכל הביהמ"ד, די פרוכת איז אראפגענימען געווארן, הורם הנזר והוסרה העטרה, און נאך א קארצע צייט איז די מיטה אריינגעפירט געווארן אינעם היכל צווישן די פיר ווענט וואו דער רב האט מרביץ תורה געווען און אריינגעשיינט זיין לעכטיגע אור. טראץ די פארנומענע צייט פון ערב יום הקדוש איז געהערט געווארן לענגערע הספדים מיט בכיות און געוויין, צו מתאבל זיין אויף די שרעקליכע אבידה.
בראש המלווים ביי די לויה אין תל אביב האבן זיך אנגעזעהן מחותנו כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, שאר בשרו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א וועלכע איז געווען מלובש בבגדי חול, שאר בשרו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און האדמורי"ם מפיטסבורג, וואסלוי, שבט הלוי, ביטשקוב, סאכאטשוב, הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, הגה"צ אבד"ק ערלוי בני ברק שליט"א, הגה"צ אב"ד סטריקוב שליט"א, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, און דער געוועזנער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א.
נאך תהילים און סליחות מיט גרויס התעוררות זענען געהערט געווארן א רייע הספדים על סילוקו של צדיק, וואו די מספידים האבן אייניג באוויינט די גרויסע אבידה שאין לה תמורה און ארויסגעהויבן געהויבענע שטריכן פון זיין גדלות בשלושת עמודי העולם תורה עבודה און גמילות חסדים, און בפרט מיט זיין געוואלדיגע עבודה מקרב זיין אידישע קינדער תחת כנפי השכינה, זיין עבודה שבלב בפרט אין די הייליגע טעג, און אזוי אויך זיין חביבות און נאנטקייט ביים גרויסן פאטער דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל.
עס האבן מספיד געווען די חשובע ברידער עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א, און הגאון רבי יעקב אויערבאך שליט"א מראשי ישיבת אור שמח, די שוואגער הרב שלמה חיים גינואר שליט"א, שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, דער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א, הגאון רבי משה פנחס זאנדער שליט"א, רב חסידי גור אין תל אביב, הגאון רבי אברהם דירנפעלד שליט"א רב חסידי בעלזא אין תל אביב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב יענקל שולעביץ מזקני ונכבדי הקהילה וועלכע האט בשם כל הקהל אויפגענומען בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן אויערבאך שליט"א מחבר ספר הליכות שלמה איידעם פון הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן אלס ממלא מקומו משמש צו זיין ברבנות אין ביהמ"ד און ווייטער אנפירן די מוסדות תחת נשיאותו, זייענדיג ראוי לאותו איצטלא.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן בנו מ"מ הגה"צ רבי אהרן אויערבאך שליט"א אבד"ק אביר יעקב תל אביב, און חתנו הגה"צ רבי אברהם נתן בורנשטיין שליט"א אבד"ק ראדומסק בני ברק, און נאך קדיש האבן פילע אידן באגלייט די מיטה א כברת דרך ברחובות תל אביב צום ריכטונג פון ירושלים עיה"ק.
כחצות הלילה איז די מיטה אנגעקומען צום בית הלויות שמגר אין ירושלים, וואו מען האט דורגעפירט די טהרה און די משפחה האט זיך געזעגענט. ביי די לוויה אין ירושלים האבן זיך משתתף געווען שאר בשרו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכע איז אין א זעלטענעם ערשיינונג ארויסגעקומען מוצאי שבת בבגדי חול אפצוגעבן דעם כבוד הראוי פאר ידידו וריעו מאז ומקדם. אזוי אויך האדמורי"ם מביאלא, לוצק, סאדיגורא ירושלים, דינוב ארה"ק, הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי רוקח שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא און נאך.
עס האבן מספיד געווען די ברודער הגאון רבי מאיר שמחה אויערבאך שליט"א רב קהילת הר"ן, די שוואגער הגאון רבי יצחק ירוחם בורודיאנסקי שליט"א משגיח ישיבת קול תורה, בנו הגאון רבי חיים לייב אויערבאך שליט"א, און חתנו הרה"ג ר' יוסף מאיר פעלדמאן שליט"א.
באישון ליל איז דער רב זצ"ל געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות סמוך ונראה צום ציון פון אביו הגדול דער פוסק הדור בחלקת אבותיו למעלה בקודש, אין שפיץ פון זיינע ברידער הרבנים הגאונים שליט"א וועלכע האבן געזאגט קדיש נאך סתימת הגולל, נאכן לויה האבן זיך די אבלים געזעצט שבעה ביז צומארגנס ערב יום הקדוש.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

































































































תגובות