הילולא קדישא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אפגעהאלטן דורך אלפי חסידי סאטמאר בצל בנו האד' מסאטמאר
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 5 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין
אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער האבן פארגאנגענעם מאנטאג כ"ו ניסן אפגעצייכנט די 20'טע הילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט.
אנגעהויבן האט זיך עס בעצם יומא דהילולא רבא אינדערפרי, ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער חסידים און בחורי חמד תלמידי הישיבות. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט במתינות מיט גרויס התעורורות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס און סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הכנה לפני עלי' לציון, בתוך דבריו האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען שטייט שוין היינט א גאנצע דור נאך די פטירה, און מען דארף זיך לערנען פון די כסדר'דיגע פעולות פונעם בעל הילולא פאר הרבצת התורה סיי אין די אלטע היים און סיי אין אמעריקע, אויפשטעלנדיג דורות פון דיינים ומורי הוראות, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים צו פויעלן אלעס גוטס ביים מתפלל זיין אויפן ציון.
גלייך איז מען ארויף פוקד צו זיין דעם ציון הק' מקום מנוחתו פונעם בעל הילולא זי"ע. נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ביה"ח, און נאכ'ן זאגן די ברכה, איז דער רבי שליט"א אריין אינעם אהל וואס איז געווען פול-געפאקט מיט הונדערטער בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד וואס האבן מיטגעהאלטן דעם זמן מרומם מתפלל צו זיין אויפן ציון הק' מיט גרויס התעוררות. אריינקומענדיג האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט, און דאן געזאגט מיט גרויס התרגשות די תפלה פון הייליגן ישמח משה זי"ע, און פארגעזאגט פרקי תהלים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז מיט א געוואלדיגן התעוררות. במשך די גאנצע צייט האט זיך געהערט קולו בקודש פון רבי'ן מיט התעוררות ובכיות וואס האט יעדן מיטגעצויגן, ובפרט ביי יהי רצון, און י"ג מדות של רחמים וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בבכי עצום ורב. נאך תהלים האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דאן געלערנט משניות און ווייטער געזאגט דעם קדיש דרבנן, דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך פונעם ציבור במשך א לענגערע וויילע.
א שטארקער התעוררות האט דערנאך געהערשט אין אהל בעת דער רבי שליט"א האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק', און מעורר געווען רחמי שמים מרובים למען הכלל והפרט. דורכאויס די גאנצע צייט האבן די צעירים החסידים געזינגען ניגוני התעוררות, ובפרט ניגונים וואס מען פלעגט זינגען בעתותי קודש בצלו פונעם בעל הילולא זי"ע.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול און זיך דערנאך געוואשן צום סעודת הילולא רבתי קאמבאנירט מיטן צענטראלן מגבית לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דער ביהמ"ד הגדול איז געווען אויסגעשטעלט אויף א הערליכן פארנעם, פון ברעג צו ברעג, א לאנגער אויבנאן האט זיך געצויגן אויפ'ן מזרח זייט פון ביהמ"ד, וועלכע איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים, אדמורי"ם ודיינים שליט"א, רבני ודייני ק"ק סאטמאר, ובתוכם די פילצאליגע רבנים הגאונים נכדי בעל הילולא, ולידו פון רבי'ן שליט"א האט באשיינט אחיו כ"ק הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א נשיא כולל עצי חיים.
דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און דער רבי האט געוואנטשן לחיים פארן גאנצן ציבור. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וואס מ'פלעגט זינגען אין פארשידענע זמנים בצלו פונעם בעל ההילולא, פארגעזינגען דורך די סאטמארער קאפעליע, וואס איז מיטגעזינגן געווארן דורכ'ן ציבור מיט גרויס התעוררות.
מיט אנגעשפיצטע אויערן האט מען דאן געהערט די ווארעמע דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען במשנתו פון אביו בעל ההילולא זי"ע.
דער רבי האט אנגעהויבן במשנת בעל הילולא, בענין זיכוי הרבים, דער רבי האט מאריך געווען מיט געוואלדיגע בענקשאפט איבער דעם טאטנס לעבנס-שטייגער וואס איז געווען איין שטיק הרבצת התורה, אנגעהויבן נאך אלס יונגערמאן אין קערעצקי און אלס רב אין זענטא ועד אחרית ימיו, און ווי ער האט כל ימיו געארבעט אומערמידליך מעמיד צו זיין הדת על תילה דורך אויפשטעלן בתי מדרשים, מקוואות, שיעורי תורה, און מוסדות החינוך וואס זענען געווארן די פעסטונג פון אידישקייט אין די גאנצע וועלט, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל.
באזונדער האט דער רבי מעלה געווען עלי זכרון זיינע הארציגע תפילות יוצאות מלב טהור, און זיין פייערדיגע מלחמת ה' קעגן טומאת הציונות, שטייענדיג לימין די מוסדות על טהרת הקודש וואס זענען נישט נהנה משלחן איזבל. דער רבי האט ארויסגעברענגט די מורא'דיגע צדקה וחסד פונעם טאטן, אוועקגעבנדיג זיין גאנצע געהאלט פאר ארימעלייט, אלמנות און יתומים, ומה כאן עומד ומשמש פאר יעדן נשבר ונדכה, אזוי איז ער אויך איצט א מליץ יושר בשמי מרומים פאר גאנץ כלל ישראל.
דערנאך האט דער רבי געלאזט הערן שארפע דיבורים איבער די קדושה פון קרית יואל, באטאנענדיג אז דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מייסד געווען די שטאט אין א "ארץ לא זרועה" ספעציעל נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע הייליגע דרכים אן קיין שום שינוי. דער רבי האט געווארנט פאר חסידים פון אנדערע הויפן מיט אנדערע השקפות וואס פרובירן זיך צו באזעצן אין קרית יואל וגלילותיה בלשון קדשו "הזהרו בגחלתו", זאגענדיג אז דאס איז קלאר קעגן דעת קדשו פונעם מייסד העיר דער פעטער זי"ע און ווער האט נישט מורא פאר זיין הקפדה.
בנוגע די דירות פרייזן, האט דער רבי אונטערגעשטראכן זיין פעסטע שטעלונג מחזק צו זיין די תקנה "ואני על משמרתי אעמודה" צו האלטן די פרייזן ביי 300 דאלאר א סקווער פיס אין שטאט, און אין די מורחבת געגנט דארף מען צאלן בלויז 250 דאלאר, און אויב מען האט שכל קען מען עס דריקן אפילו צו 200, ווייל עס איז דא פילע דירות און ווייניג קונים. דער רבי האט קלאר געווארנט אז אין די מורחבת זענען די שטייערן פיל העכער און ספעציעל אויפמערקזאם געמאכט אז עס איז נישטא קיין וואסער פאר די נייע פראיעקטן, און ווער עס געבט אן איינגאבע געלט לייגט עס אראפ על קרן הצבי.
אלס א לעזונג פאר די שטאטישע אידן וואס פלאגן זיך מיט פרייזן, האט דער רבי ווי ברייט באריכטערט ממליץ געווען זיך אריבערצציען קיין מאנטיסעלא, וואו מען קען באקומען הערליכע דירות פאר ביליגער פרייזן און עס איז דא א גרויסער עתיד.
דאן האט דער רבי ארומגערעט איבער די חשיבות פון מוסדות ייטב לב בארה"ק וואס איז געווען די טייערסטע פארמעגן ביים פעטער און ביים טאטן זי"ע, און שטארק געפאדערט זיך אנצושליסן בעין יפה לטובת מוסדות ייטב לב וואס איז די ערשטע צדקה פאר אלע צדקות, און אז יעדער בעל הבית זאל ביישטייערן די נדבה פון לכה"פ טויזנט דאלאר א יאר, וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים, בפרט האט דער רבי דערמאנט כולל עצי חיים אין בני ברק מיסודו פונעם פאטער דער ברך משה און ווערט געפירט מיט גרויס איבערגגעבנקייט דורך זיין ברודער הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א, און שטארק מחזק געווען שטיין לימינו בעבודת הקודש.
מיט א טיפן ווייטאג האט דער רבי ארויסגעברענגט דעם ביטערן מצב המלחמה אין ארץ ישראל, און די פחדים נוראים וואס אידן אין ארץ ישראל מאכן מיט מדי יום ביומו, און באטאנט אז אידן אין אמעריקע קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן די שעדליכקייט וואס דאס ברענגט פארן געזונט ברוחניות ובגשמיות.
באזונדער האט דער רבי מיט שארפע דיבורים זיך באצויגן צום ענין פון גזירת גיוס בני הישיבות, וואס האלט אין איין פארערגערן. דער רבי האט ארויסגעטראטן מיט א געוואלדיגע מחאה קעגן די רעליגיעזע פארטייען פון אלע קרייזן – ספרדישע, ליטווישע און חסידישע – זאגענדיג מיט ביטערניש: "אלעס האט קאפיטולירט פאר אפאר טאלער!". דער רבי האט אפגעחוזק'ט פון זייערע כסדר'דיגע הבטחות, באצייכענענדיג זייער מהלך בלשונו: "קודם זאל מען געבן געלט, און נאכדעם וועלן מיר שוין מארגן זען... פון מארגן ווערט איבערמארגן... גארנישט". דער רבי האט מיט שארפקייט ארויסגעברענגט אז זיי האבן געשטימט פארן בודזשעט בלויז פאר געלט, בשעת די גזירה שטייט דראענדיג אויף די בני הישיבות.
דער רבי האט פארענדיגט די דברות קודש, בברכות לרוב אז זכותו הגדול פונעם טאטן דער בעל הילולא זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם אין אלע ענינים, יעדער זאל געהאלפן ווערן בכל משאלות לבבו לטובה.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער רבי האט מכבד געווען מיטן בענטשן אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א.




















































































































































































































תגובות