האד' מתולדות צבי ספינקא וועט אפרעכטן היסטארישע הכנס"ת אין מאגלעניץ שב"ק אמור בעצם יומא דהילולא פונעם שרף זי"ע
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט הרגשי קודש רישן זיך מאסן תלמידי חסידי ספינקא מיטצולעבן א היסטארישע מסע הקודש וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א לעיר האבות "מאגלעניץ" לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הק' דער הייליגער שרף ממאגלעניץ זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן שבת פר' אמור, ט"ו אייר.
די נסיעה טראגט א היסטארישע באדייט, ווען עס וועלן אפגעראכטן ווערן א רייע מעמדי קודש און זעלטענע מאורעות על אדמת הקודש, ווען דער קלימאקס וועט זיין דער מעמד "הכנסת ספר תורה" בעיצומו של יומא דהילולא, פאר די נייע ספר תורה וואס דער רבי שליט"א האט געלאזט שרייבן לע"נ דעם שרף זי"ע.
ווי אויך וועט מיט גרויס רגש אפגעראכטן ווערן דער רירנדער און הייליגער מעמד "הקמת מצבה" על קברה פון הרבנית הצדיקת לאה פערל, אמה של מלכות פונעם שרף, און טאכטער פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע, וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איר מיט זעלטענע הפלגות און אויך געשיקט חסידים צו איר מיט קוויטלעך, ורבים נוושעו מפיה.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסגעלאזן אין וועג קיין פוילן דינסטאג פר' אמור, באגלייט פון פילצאליגע חסידים ומעריצים וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן די נסיעה להפקד בדבר ישועה ורחמים.
דורכאויס מיטוואך וועט דער רבי פוקד זיין ביי די קברי צדיקים אין קראקא, צאנז און דינוב, און דאנערשטאג וועט דער רבי אנקומען אין שטאט ליזענסק און מעריך זיין א מעמד "בקשת רחמים" ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
פון דארט וועט דער רבי אפרייזן צום עיר האבות מאגלעניץ לכבוד די הילולא. ערש"ק וועט אפגעראכטן געווארן דער מעמד "הקמת מצבה", וואו עס קומען שוין יעצט פאר פיבערהאפטיגע הכנות אויפ'ן שטח לכבוד דעם מעמד הנשגב וואס וועט אפגעראכטן ווערן מיט גרויס התעוררות במעמד קהל רב.
סמוך לכניסת השבת ויומא דהילולא וועט דער רבי אפרעכטן דעם מעמד "סיום כתיבת האותיות", און שבת צופרי פאר'ן ליינען וועט פארקומען דער מעמד הכנסת ספר תורה צום היכל ביהמ"ד משה אברהם אינעם "בנין אינדיג", סמוך ונראה צום ציון המציונת.










תגובות