בני ציון: האד' מבאבוב וועט ערשטמאליג פראווען סעודת ליל שב"ק מיט די תלמידי הישיבות הגדולות
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס עקסטאז האבן די בחורי ישיבות הגדולות דחסידי באבוב אויפגענומען די היסטארישע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט אין אן ערשטמאליגער שריט אפרעכטן דעם היינטיגן שב"ק טהרות, ר"ח אייר, די סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די פילע הונדערטער תלמידים הנאמנים, די בחורים פון די ישיבות הגדולות דבאבוב, וואס וועלן האבן די זעלטענע די זכי' מסיב צו זיין על שלחן המלך און מיטהאלטן דעם שלחן הטהור וואס דער רבי וועט פראווען אויסשליסליך מיט זיי.
דאס קומט נאך וואס די בחורי ישיבת קדושת ציון זענען צוליב די מצב המלחמה אין ארץ ישראל פארבליבן אין אמעריקע און דער רב שליט''א האט צו דעם געלעגנהייט אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן די סעדות שבת מיט די בחורי הישיבות תלמידים כבנים וואס זענען אזוי קרוב ללבו הטהור.
די סעודה קדישא וועט פארקומען אינעם גרויסן "חדר הסוכה" תיכף נאכ'ן דאווענען ליל שב"ק, וואו די אריבער 600 בחורים תלמידים פון אלע סניפי הישיבות, דאס רעכנט אריין מתיבתא עץ חיים, קדושת ציון, און די בחורים וואס לערנען אין כולל, וועלן מיטהאלטן די סעודתא דחקל תפוחין קדישין וואו דער רב שליט"א וועט עסן די סעודה אינאיינעם מיט די בחורים כשהמלך במסיבו.
במשך די סעודה וועלן די בחורים זוכה זיין לשמוע את דבר ה', די דברי חיזוק והדרכה פונעם רב שליט"א, און במשך לאנגע שעות פארברענגען בצוותא חדא מיט שירות ותשבחות ומלכם בראשם.
שפעטער אום 12:15 וועט דער רב שליט"א אריבערגיין אין היכל ביהמ"ד הגדול און ממשיך זיין די שירות ותשבחות פאר כל קהלא קדישא.
שבת צופרי וועט דער רב שליט"א מעריך זיין דעם שלחן הטהור לכבוד שבת און לכבוד ראש חודש אין ביהמ"ד הישן.
פאר די בחורים וועט זיין צוגעגרייט די סעודת שבת אין חדר האוכל און אין היכל הכולל, די בחורים וועלן זיך וואשן צו סעודה תיכף נאכ'ן דאווענען, און דערנאך אריבערגיין מיטהאלטן דעם טיש אין ביהמ"ד הישן.






תגובות