האד' מצאנז איז מחזק שפיגל פאמיליע נאך טראגישע אינצידענט ווען צוויי בחורים ווערן דערטראנקען ל"ע אין נתני'
- 14 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט נאכט בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, איז אריינגעקומען אל הקודש פנימה הרב שלמה שפיגל שליט"א א חשובע מרביץ תורה אין ירושלים וועמענס צוויי קינדער זענען דעם פרייטאג דערטראנקען געווארן ביים בארטן אין קרית צאנז נתניה.
דאס איז געווען בלויז געציילטע שעהן בעפאר זיין זון הבחור ישכר דוב ע"ה האט אויסגעהויכט זיין נשמה נאכן זיך געפונען אין א קריטישע געזונט צושטאנד זינט פרייטאג, ווען ער איז אפגעפינען געווארן ביים ים, אין די צייט וואס עס גייען נאך אן מאסיווע זוכענישן נאך זיין פארלוירענע ברודער אברהם ישעי'.
דורכאויס דעם לענגערן באזוך פונעם טאטן רבי שלמה און די בני בית, האט דער רבי איבערגעגעבן טללי חיזוק און געוואונטשן אז בזכות תפילת רבים זאלן זיי זען א באלדיגע ישועה, און "ישועת ה' כהרף עין".
דער רבי האט מחזק געווען די משפחה זאגענדיג אז מ'דארף האפן אין די ישועה פון אויבערשטן און נישט אריינפאלן אין יאוש. דער רבי האט אונטערגעשטראכן אז די וואס גייען דורך נסיונות און האלטן זיך ביי דער אמונה, וועלן זיין די "הויפט מחותנים" ביים מקבל פנים זיין משיח צדקנו – וויבאלד כלל ישראל וועט נאר אויסגעלייזט ווערן פון גלות אין זכות פון אמונה.
דער פאטער האט דערציילט פארן רבי'ן מיט התפעלות איבער די הילף און שטיצע וואס ער באקומט אין קרית צאנז אין אלע עניינים, און ספעציעל האט ער אויסגעלויבט דעם לניאדא שפיטאל, ווי מען האט זיך אפגעגעבן מיט זיין זון, וואס איז - ווי געזאגט - שפעטער ביינאכט נפטר געווארן לחיי העולם הבא זייענדיג אלט בלויז 21 יאר.





תגובות