top of page
יומא טבא לרבנן: יערליכע סיום הש"ס דורך כולל חברה ש"ס תורת חיים ד'באבוב – 45
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש בשמחה דאורייתא איז פארלאפענעם מאנטאג אויפדערנאכט אפגעראכטן געווארן דער "מעמד סיום הש"ס" דורך די חשובע בני תורה, מסלתה ומשמנה פון קהילה קדושה באבוב 45 וועלכע האבן קונה געווען גאנץ ש"ס אינערהאלב דעם בארימטן "חברת ש"ס ד'באבוב 45". דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכטפולן זאל אין בארא פארק, זייענדיג דער זעקסטער סיום הש"ס זינט די גרינדונג פון די חבורה מיט בלויז זיבן יאר צוריק. דער יסוד און דער רעיון פון די דאזיגע חב


בקשו רחמים: האד' מליסקא אריינגעפירט אין שפיטאל אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם טוען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך ליידער אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד. דער רבי שליט"א איז די לעצטע טעג געווען שטארק אפגעשוואכט נאכן אומפאלן אין שטוב, עס האט אויסגעזעהן אז דעם רבינס מצב איז כשורה ביז היינט נאכמיטאג ווען עס האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן א שטארקע חולשה. אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די מיימאנידיס ש


האד' מבאבוב פראקלאמירט פאקטישע פלענער פון נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב אין בארא פארק
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש דעם אנהייב וואך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מבשר געווען א בשורה משמחת איבער פאקטישע פלענער אויפצובויען א נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול און תל תלפיות פארן באבובער הויף אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. דעם זונטאג נאכמיטאג איז אפכעראכטן געווארן א ענגע מסיבה "עץ הגן" געווידמעט פאר די תומכים ומחזיקים פונעם מתיבתא הקדושה עץ חיים ד'באבוב מיט אירע הונדערטער תלמידים תחת דגלו והדרכתו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ובהנהלת גיסו הגה"צ


שבת היא מלזעוק: האד' מבישטינא געפונט זיך אין שפיטאל צוליב שווערע לונגען אנטצינדונג
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש היינט ערב שבת פארמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה אפגעפירט געווארן צו די בלינסון שפיטאל אין פתח תקוה, נאך וואס דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג וואס האט גאר אפשוואכן דעם רבינ'ס כוחות. אין די לעצטע פאר טעג איז דער רבי געווען היבש אפגעשוואכט, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען. היינט ווען עס איז קלאר געווארן אז דער רבי ליידט אויף א לונגען אנטצינדונג, האבן די דאקטויר


bottom of page

