נייע מרכז העולמי דחסידי אמשינוב וועט אויפגעבויט ווערן אין ביתר פאר איבערפלאנצונג פון חצר הקודש אמשינוב
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN
מיט גרויס שמחה און התרגשות ווערט אויפגענומען ביי חסידי אמשינוב און מעריצים בכל אתר ואתר די פריידיגע בשורה אז אין די לעצטערע וואכן האט די שטאטראט אין שטאט ביתר ארויסגעגעבן א גיגאנטישן שטח פאר די נייע מרכז העולמי דחסידי אמשינוב, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א בנין אדיר ומפואר לתורה וחסידות פאר די געפלאנטע איבערפלאנצונג פון חצר הקודש אמשינוב פון בית וגן געגנט אין ירושלים, צום עיר התורה וחסידות ביתר.
שוין קרוב צו 70 יאר וואס די אמשינוב'ע הויף געפינט זיך אין בית וגן, מיסודו פונעם פונעם פריערדיגן רבי'ן הרה"ק ר' מאיר'ל מאמשינוב זי"ע, וועלכער האט אין דעם באשיידענעם געגנט מייסד געווען בית מדרשו און די ישיבה, און דארט מעריך געווען די עבוה"ק ביז'ן הסתלקות בשנת תשל"ו, און די לעצטע קרוב צו יובל שנים ווערט די הייליגע הויף נמשך דורך נכדו ממלא מקומו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א דארט אין בית וגן, וואס איז א תל תלפיות פאר אידן פון אומעטום וואס קומען זיך ווארעמען און מיטלעבן די הייליגע תפילות און טישן בצלא דמהימנותא.
אין לויף פון די יארן איז שוין געווען עטליכע פלענער פון מרחיב זיין די גבולי הקדושה, אין ליכט פון די נאכאנאנדע וואוקס און ריבוי עם וואס באלאגערן די אמשינובע הויף און די שוועריקייטן צו פלאצירן געסט, צווישן זיי איז שוין געווען אויפ'ן טיש עטליכע פלענער פון נייע בנינים, אבער דער רבי שליט"א פארמאגט אן עקסטערער ענין צו פארבלייבן במקום שהתפללו בו אבותיו, און קען זיך שווער שיידן פונעם אלטן ביהמ"ד.
מיט ארום זעקס יאר צוריק איז אויפגעבויט געווארן דער נייער היכל השלחנות אויפ'ן דאך פון ביהמ"ד, וואס האט עטוואס פארלייכטערט דעם געדרענג, אבער נאך א קורצע צייט איז דאס ווידער קליין געווארן, און ס'איז געקומען היינט א מצב וואס ס'הערשט ממש א סכנת נפשות, סיי ביי די טישן און מאורעות דורכאויס די יאר, ובפרט אין די מועדי השנה.
דעם לעצטן זומער זענען די עסקני הקהלה אריין בקודש פנימה און פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן דעם לחץ זו הדחק, און די פלענער אויפ'ן טיש פון הרחיבו מקום אהלך, און אין א מזל'דיגע שעה האט מען ערהאלטן הסכמתו וברכתו פונעם רבי'ן שליט"א, אויפצובויען א נייעם ריזן מרכז העולמי אין ביתר, וואו די אמשינובע הויף וועט איבערגעפלאנצט ווערן.
ווי געזאגט האט די שטאטראט אין ביתר אוועקגעשאנקן א שטח אדיר אין אין א סטראטעגישן ארט אין שטאט, מיט נאנטע צוטריט צום היימישן ציבור חסידי אמשינוב תושבי העיר, וואס ווי באקאנט טוען א מערהייט חסידי אמשינוב וואוינען אין ביתר.
נאך לענגערע צוגרייטונגען און באראטונגען מיט די ארכיטעקט און בוי-מייסטער איז אהערגעשטעלט געווארן די פלענער פונעם נייעם מרכז העולמי, וואס נעמט אריין א גיגאנטישער היכל ביהמ"ד מיט איבער טויזנט זיצן, צוויי גאלעריען, איין גאלעריע פאר די בחורים און איין גאלעריע פאר די עזרת נשים, א היכל השולחנות, צוויי חתונה זאלן, מיט אן אפציע צו פארוואנדלען ביידע זאלן אלס איין גרויסע זאל פאר די חתונות אין רבינס הויף, היכלי התורה און חדרי תפלה, א מקוה טהרה, און אלע צרכי ביהמ"ד לתורה ולתפלה.
באזונדער וועט אויפגעבויט ווערן א פראכטפולע מעון הקודש פאר'ן רבי'ן, צוגעשטעלט מיט אלע באדערפענישן פאר'ן רבי'נס שטוב און די משפחה און גבאים, און א מקוה פרטי פאר'ן רבי'נס באנוץ, אין די זמנים וואס דער רבי וועט וויילן אינעם איבערגעפלאנצטן הויף אין ביתר אויף אלע שיינע שבתים, ימים טובות, שמחות וכדומה.
ווי אויך ווערט פלאנירט א הכנסת אורחים קאמפלעקס וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא מיט אלע באקוועמליכקייטן פאר די הונדערטער חסידים וואס קומען צו פארן פון נאנט און ווייט להסתופף בצל הקודש.
מיט'ן ערהאלטן די לעגאלע בוי פערמיטן איז געעפנט געווארן דער וועג צו אנהייבן די פאקטישע בוי-ארבעט אויפ'ן פלאץ, דער וועד קרן הבנין ווארט אצינד אויס די לעצטע בוי פערמיטן און גרייטן זיך שוין לגשת אל המלאכה אויפצובויען דעם בנין מפואר לה' ולתורתו לשמחתם לבם פון חסידי אמשינוב איבער דער גארער וועלט און טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן די זכי' לחסות בצל הקודש אינעם גאנצן מעגל השנה.
דער ביהמ"ד אין בית וגן וועט ווייטער פארבלייבן אקטיוו דורכאויס דעם יאר פאר די חסידים תושבי בית וגן און פאר די קלענערע שמחות און מאורעות אינעם הויף.





תגובות