top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יבטל כל הגזירות: מדינת ישראל רעגירונג גענצליך אפגערופן הילולא דרשב"י אין מירון צוליב אנגעבליכע זיכערהייט זארגן

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' אמור • י''ד אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינטערב שבת קודש, שטייענדיג בלויז געציילטע טעג בעפאר דעם גרויסן און געהויבענעם טאג ל"ג בעומר, קומט אריין די שטורמישע און דראמאטישע אנטוויקלונג ווען די מדינת ישראל רעגירונג האט גענצליך אפגערופן די הילולא דרשב"י אין מירון, אויסרופנדיג באדויער ביי רבבות אלפי ישראל וועלכע האבן געהאפט צו קענען פראווען די הילולא אויף א געהויבענעם שטייגער ווי אין די פריערדיגע יארן.


דאס קומט נאך א לענגערע תקופה פון אינטענסיווע הכנות און נאך וואס מען האט אויסגעארבעט א אלטערנאטיווע פלאן פון צעטיילן מירון אין עטליכע זאנעס און ארויפלאזן א געצוימטע צאל פון עטליכע טויזנט אידן אויפאמאל, איז אבער נארוואס באשטעטיגט געווארן אז צוליב אנגעבליכע זיכערהייט זארגן וועט אתרא קדישא מירון זיין כמעט אינגאנצן אפגעשפארט אום ל"ג בעומר.


דער פרעמיער מיניסטער נתניהו מיטן זיכערהייט מיניסטער האבן היינט אונטערגעשריבן אויף די נייע באגרעניצונגען, לויט וועלכע עס וועט זיין ערלויבט בלויז 200 מענטשן זיך צו פארזאמלען אין אן אפענעם שטח, און ביז 600 מענטשן אין א פארמאכטע געביידע, וואס באדייט אז די פריערדיגע מהלכים צו לאזן אפן מירון אום ל"ג בעומר ווערן אנולירט און עס וועט נישט זיין קיין געהעריגע  צוטריט פאר די רבבות אלפי ישראל וואס האבן אזוי ארויסגעקוקט צו קומען קיין מירון צום תנא אלקי.


דער דאזיגער שריט קומט אלס א דירעקטע קאנסעקווענץ פון די פארערגערונג אויפן צפון פראנט, ווען נעכטן דאנערשטאג איז געפאלן א ראקעט נישט ווייט פון מירון, און בנוסף זענען זענען אריינגעקומען פרישע אינטעליגענץ אינפארמאציע, איבער פרישע אטאקעס וואס קען חלילה זיך אויסלאזן טראגיש אין אזא מאסן צוזאמקום, צוליב די נאנטקייט פון מירון צום לבנון גרעניץ און די שטענדיגע געפאר פון מיסילס און דראונס וואס פליען כסדר אין יענעם ריכטונג אין די לעצטע זיבן מאנאטן.

 

כלל ישראל איבער דער גאנצער וועלט נעמט אויף די שווערע בשורות מיט צאפלדיגע הערצער און פארווייטאגטע געפילן, ווען די שמחת הרשב"י ווערט ווידער צושטערט, און ערליכע אידן באטראכטן די דאזיגע באגרעניצונגען אלס א פרואוו פון די רעגירונג אויסצונוצן דעם תירוץ פון מלחמה צו פארכאפן בעלות אויפן הייליגן ארט. 


כלל ישראל איז מתפלל אז אלעס זאל זיך נאך אויסלאזן צום גוטן, "וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק".

תגובות


bottom of page