top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטעריום באטראכט מעגליכקייט גענצליך אפצושליסן מירון אויף די גאנצע וואך פון ל"ג בעומר

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע שעה'ן קומט אריין די שטורמישע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די הילולא קדישא ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, אז די זיכערהייט מיניסטעריום אין מדינת ישראל טוט אצינד באטראכטן די מעגליכקייט פון ליידער גענצליך פארשליסן הר מירון במשך די גאנצע קומענדיגע וואך, און פארשליסן די צוטריט פון רבבות אלפי ישראל וואס האבן אזוי ארויסגעגארט צו קומען קיין מירון צום תנא אלקי.


דאס קומט אין ליכט פון א פארערגערונג אינעם זיכערהייט צושטאנד אין צפון ארץ ישראל, ווען ס'איז פריער אין טאג געפאלן א ראקעט אין גליל העליון, אויף א פלוצימ'ען פארנעם, אן דעם וואס מ'זאל דאס קענען אויפאכאפן, און די סירענעס האבן וועגן דעם נישט געפיפן און געווארנט מ'זאל לויפן זיך באשיצן.


דער הויפט מיניסטער האט פאררופן א דרינגנדע מיטינג מיט אלע מיטגלידער אין די זיכערהייט מיניסטעריום, וואו ס'איז ארויף אויפ'ן טיש ערנסטע פלענער צו גענצליך פארשליסן מירון, און נישט ווייטער אנגיין מיט'ן ביז יעצטיגן מהלך פון ערלויבן געצוימטע ציפערן.


אין די זעלבע צייט האלט מען ווייטער אן אויג אויף די פריערדיגע מהלכים וואס מ'האט אויסגעהאמערט אויב מ'וועט יא לאזן אפן מירון, וואס לויט די לעצטע ווערסיע לויטעט די פלענער ווי פאלגנד.


הר מירון וועט ווערן איינגעטיילט אין 10 מתחמים, צווישן זיי די מתחם ציון הרשב"י, מתחם בני עקיבא, מושב מירון און די פארברייטערטע מתחם ההילולא. טייל מתחמים וועלן מעגן ארייננעמען ביז א מאקסימום פון 1,500 מענטשן, געוואנדן אין די גרויסקייט פונעם שטח.


יעדע שעה במשך ל"ג בעומר וועט מען אריינלאזן אין הר מירון פרישע 1,500 מענטשן, און זיי וועלן קענען זיין דארט פאר ביז 2 שעה. בסך הכל וועט מען אריינלאזן אין מירון במשך די מעת לעת פון ל"ג בעומר 37,500 מענטשן, אין צוגאב צו די איינוואוינער פון מירון זעלבסט וואס געפינען זיך שוין דארט פון פארדעם.


כלל ישראל בכל מקום שהם נעמט אויף די נייעס מיט צאפלדיגע הערצער און פארווייטאגטע געפילן, מיט תפילות ותחנונים צום אויבערשטן אז די הילולא קדישא זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

תגובות


bottom of page