top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לדרוש בשלומו: האדמור"ים מסאטמאר און סקווירא טעלעפאנירן צום שוואגער האד' מבעלזא נאך פארצויגענע חולשה

  • 30 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די פארגאנגענע טעג נאך וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז עטוואס צוריקגעקומען צו די כוחות נאך א פארצויגענע שוואכקייט האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן רב שליט''א, די צוויי שוואגערס מעבר לים כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע האבן זיך אינטערסירט און זיך נאכגעפרעגט איבערן מצב הבריאות וואס גייט ברוך השם צום בעסערונג, די רבי'ס האבן א קורצע צייט ארומגעשמועסט און זיך געוואונטשן איינער דעם אנדערן בבכות לרוב.


אין אנדערע נייעס האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטיר נתניהו , להבדיל, אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשרפעך מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. די טעלעפאן רוף איז צושטאנד געקומען דורכן שלוחא דרבנן הרב ישראל אייכלער חבר הכנסת. נתניהו האט איבערגעגעבן זיינע וואונטשן און דער רב שליט"א האט אים צוריקגעוואונטשן א רפואה שלימה און הצלחה בכל הענינים.

תגובות


bottom of page