כדאי רבי שמעון לסמוך עליו: הוראת הקודש פון האד' מאמשינוב אנבאלאנגט דאס פארן קיין מירון אום ל"ג בעומר
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינטיגן ערב ל"ג בעומר איז נתפרסם געווארן דעת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנבאלאנגט דאס ארויפגיין קיין אתרא קדישא מירון דעם יום טוב ל"ג בעומר, אין צייט וואס די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארויפגעשטעלט שווערע באגרעניצונגען אויף דער הר מירון אומגעגנט צוליב די אנגייענדע מלחמה צושטאנד.
דער רבי איז היינט אנגעפרעגט געווארן דורך עטליכע פון די חסידים כדת מה לעשות איבער דאס פארן ל"ג בעומר קיין מירון, אויף וואס די רבי האט געענפערט אז עס איז זיכער כדאי זיך אנצושטרענגען און פרובירן אנצוקומען קיין מירון טראץ די שוועריקייטן מיט וואס די נסיעה איז פארבינדן. דער רבי האט צוגעגעבן אז אויב שטויסט מען זיך אן אין בלאקאדעס אויף די שאסייען אין געגנטער וואס פירן קיין מירון, דארף מען זיך נישט איבעררייסן אריינצופארן דורך אנדערע דרכים, און וואו דער רבי האט שוין בשעת די מלחמה אין יאר תשפ"ד ציטירט די גמרא אין קידושין "חשב לעשות מצוה, ונאנס ולא עשאה, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה" אז דאס איז אין א געוויסע זין א העכערע בחינה וואו די עשאה זעלבסט היות די הכנה איז צוגעגאנגען מיט עמל ויגיעה און דערמיט קען מען פויעלן די זעלבע אדער אפילו מער ווי ביים מקיים זיין די מצווה גופא.
אויך איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש בנוגע די קינדערעך וואס די פלאן איז געווען צו האבן חאלאקע היי יאר ל"ג בעומר, און וואו דער אמשינובער רבי האט אנעגענומען הלכה למעשה וואס עס ווערט געברעגנט על פי קבלה אז מען טאר זיך נישט שערן בימי הספירה נאר אין טאג פון ל"ג בעומר אין דייקא אין אתרא קדישא מירון, דעריבער קען מען דאס יאר, צוליב די צוימונגען אין מירון, פראווענען די חאלאקעס סמוך ונראה ביים מתחם הכנסת אורחים אראפציער אויפן בארג וואו עס שפירט זיך די שמחה פון ל"ג בעומר מעין ווי ביים מערה.





תגובות