top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפשעווארסק וועט אפרעכטן ל"ג בעומר טיש אין א גרויסן זאל אין אפרו-ארט אין האלאנד

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 3 ימים

מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די פריידיגע בשורה אז דעם קומענדיגן ל"ג בעומר וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שלחן הטהור לכבוד היום אויף א גרויסן פארנעם, אינעם אפרו-ארט אין האלאנד.


דער יום טוב ל"ג בעומר איז פון די געהויבנסטע טישן אין יאר אין פשעווארסקער הויף, ווען דער רבי רעכט אפ א פארקאכטע עבודה זייענדיג אזוי דבוק באור תורת רבי שמעון בר יוחאי, און די חסידים זענען משתוקק א גאנץ יאר מיטצוהאלטן דעם טיש לכבוד התנא אלקי.


היי-יאר איז אויסגעקומען אז דער רבי שליט"א וועט ל"ג בעומר זיך נאך אויפהאלטן אינעם אפרו-ארט אין האלאנד, איז באשטימט געווארן אז דער רבי וועט אפרעכטן דעם טיש דארט אין האלאנד, דינסטאג, ביום ל"ג בעומר נאכמיטאג, און ס'וועט אפגעראכטן ווערן אין א גרויסן זאל, נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט בעלגיע, מיט פאסיגע אקאמאדירונג פאר'ן גרויסן ערווארטעטן ציבור פון הונדערטער חסידים וואס וועט קומען צו פארן מקרוב ומרחוק, אריינגערעכנט פילע געסט מכל ערי אייראפע.


דער גיגאנטישער זאל געפינט זיך נישט ווייט פונעם רבי'נס אכסניא אין האלאנד, און אין די יעצטיגע טעג האבן די עסקנים אין שפיץ פון די משמשים בקודש אפגעשטאט אינעם זאל וואו עס ווערן שוין אויסגעארבעט די לעצטע פרטים אויסצורישן דעם זאל מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס און אלע צוגעהערן צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.

תגובות


bottom of page