האד' מתורת חכם וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין אייראפע צום הילולא פון הרה"ק רבי אייזיקל מקאמארנא זי"ע
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט זונטאג, האט זיך הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה קיין אייראפע לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן קאמארנער, הרה"ק רבי אייזיקל זי"ע בעל 'היכל הברכה', וועמענס יארצייט געפאלט היינט נאכט י' אייר.
ווי ברייט באקאנט איז דער רבי שליט"א וואס זיין גאנצע עבודת הקודש איז מיוסד אויף תורת הקבלה, שטארק מקושר צום הייליגן קאמארנער זי"ע, וועלכער איז איינס פון די גרעסטע מנחילי תורת החן, במיוחד מיטן משלב זיין רזי הקבלה מיטן דרך הבעל שם טוב ותלמידיו. דער רבי שליט"א קאכט כסדר אין די קאמארנא ספרים, און טוט מבאר זיין און נאכברענגען אין זיינע שיעורים די מאמרים פונעם הייליגן קאמארנער.
דער רבי לאזט זיך ארויס מיט א פריוואטע פליגער אין באגלייטונג פון אן ענגע צאל מקורבים, וואו מען וועט צום ערשט אנקומען קיין פולין און פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע אין ליזענסק, פון דארט וועט מען ממשיך זיין דעם וועג אריבער דעם גרעניץ קיין אוקראיינע וואו מען וועט פוקד זיין דעם ציון המצוינת פונעם הייליגן קאמארנער בליל ההילולא קדישא י' אייר אויסצופויעלן ישועות און רפואות פארן כלל און פרט בזכותו של אותו צדיק, אין וועם דער רבי איז אזוי שטארק דבוק בתורתו ובמשנתו.
מארגן מאנטאג וועט מען צוריק אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין פולין און זיך אפשטעלן אין לאנצהוט ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, ערב די הילולא קדישא וואס געפאלט י"א אייר, און שפעטער זיך צוריק ארויסלאזן מיטן פריוואטע פליגער צוריק קיין ארץ ישראל.





תגובות