תפילות ישראל עושה רושם: האד' מבעלזא אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן נאך שינוי לטובה אין געזונט צושטאנד
- 26 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאכדעם וואס כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז אין לויף פון די וואך געקומען צוביסליך צו די כוחות בס"ד און אדאנק תפילות ישראל, האט מען די וואך געהאט די זכי' אז דער רב שליט"א איז אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן ברוב עם, אויסרופנדיג אן אויסטערלישע שמחה ביי אלע חסידים.
אויך חסידי בעלזא אין אמעריקע, ביי וועלכע עס איז נאך נישט אריינגעקומען שבת, האבן זיך דערוויסט פון די פרייליכע בשורה אז דער רב איז אריינגעקומען צום טיש ליל שבת, פרייטאג נאכמיטאג, דורך א סעקיוריטי קאמערא פון איינעם פון די חסידים אין אמעריקע, וואס פארמאגט א דירה קעגן כיכר בעלזא, וואו עס איז אקטיוויזירט געווארן די אייגנארטיגע "שבת לאמפ" וואס טוט מודיע זיין די טויזנטער חסידים ווען דער רב שליט"א איז אריין צום טיש.
דאס דאווענען און אזוי אויך די טישן זענען צוגעגאנגען מער בזריזות נאכדעם וואס דער רב שליט"א איז נאך אלץ היבש אפגעשוואכט. נאכן דאווענען פרייטאג צונאכטס איז מען דורך זאגן א גוט שבת, קורצליך בעפאר 12:00 איז דער רב אריינגעקומען צום טיש וואס האט געדויערט קרוב צו אנדערטהאלבן שעה שבת אינדערפרי איז דער שליט"א ווידער אריינגעקומען צום דאווענען, נאכן רב עלייה האט דער גבאי הרב שמעון וואלף קליין געמאכט א מי שברך לחולה פארן רב שליט"א להחלימו לרפאותו להחזיקו ולהחיותו.
דעם ליל שישי האט דער רב שליט"א אויך אויפגענומען א געקליבענע צאל חסידים און געסט פון אויסלאנד, מיט קוויטלעך נאך א היבשע תקופה וואס עס איז נישט געווען קיין זמני כניסה צוליב די פארערגערונג אינעם מצב הבריאות. עס זענען אריינגעלאזט געווארן אידן מיט וויכטיגע הזכרות און געסט פון חוץ לארץ, דאראונטער א צאל נדיבים בעם פון אויסלאנד וואס האבן געזאלט מיטהאלטן דעם גייסטרייכן שבת "היכלא דמלכא" וואס איז לעצט מינוטיג אפגעשטופט געווארן ווי ברייט באריכטעט.
אין אנדערע נייעס ווערט באקאנט אז צוליב די אפגערופענע שבת "היכלא דמלכא" פאר די נגידי החסידות, האט הנהלת מרכז מוסדות בעלזא, אין א באגריסנדע שריט אוועקגעגעבן דעם "די סיטי" קאמפלעקס וואס איז געבליבן פריי אויף שבת, פאר די וואוילטעטיגע בעלזער ארגאניזאציע "בחרתנו" וועלכער האבן דארט אפגעהאלטן א רייכע שבת התאחדות פאר עטלערן וואס ספראווען זיך מיט קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, אין א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה, אז די חשובע עלטערן זאלן ארויסנעמען די מאקסימום חיזוק און התעלות פון אזא שבת וואס וועט איז געווען צוגעשטעלט אויפן בעסטן און שענסטן.





תגובות