top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נחמה פורתא: האד' מתולדות אברהם יצחק וועט מעריך זיין הדלקה ליל ל"ג בעומר אין עיר התורה והחסידות ביתר

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די פארשליסונג אויפ'ן אתרא קדישא מירון דעם קומענדיגן ל"ג בעומר, טוען חסידי תולדות אברהם יצחק נעמען א נחמה פורתא אז מ'וועט זיך קענען משמח זיין בשמחת התנא אלקי, ביי די הדלקה רבתי וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט מדליק זיין בראש קהל חסידיו אינעם עיר התורה וחסידות ביתר.


יאר יערליך פלעג דער רבי שליט"א אנצינדן די מדורה ליל ל"ג בעומר בחצר קדשו אין ירושלים און אויפצומארגנס בעיצומו של יום ל"ג בעומר פלעג פארקומען די הדלקה אין אתרא קדישא מירון זייענדיג פון די סאמע גרעסטע הדלקות אויפן בארג, דאס יאר ווען עס איז נישט שייך צוליב טעכנישע סיבות אפצורעכטן די הדלקה אין ירושלים, און צוליב די באגרעניצונגען אין אתרא קדישא מירון איז באשלאסן געווארן אפצורעכטן די מעמד ההדלקה רבתי מאנטאג נאכט ליל ל"ג בעומר אין דער שטאט ביתר, לשמחת לב די הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק תושבי העיר און די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן וואס וועלן מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן, ווען דער רבי וועט באש קודש און התעוררות עילאה אפרעכטן עבודת קדשו בהדלקת המדורה לכבוד התנא אלקי.


עס איז געלונגען פאר די עסקנים ארויסצונעמען דעם גיגאנטישן שטח וואס געפונט זיך בשכינות פון די ישיבה גדולה תולדות אברהם יצחק אויף רחוב דרך הרמ"ז, וואס דינט אלס פארקינג לאט פאר די באסעס אונטער די קווים פירמע, אויף די זעלבן שטח וואו עס איז אפגעהאלטן דער היסטארישער סיום הש"ס דף היומי בשנת תש"פ, במעמד רבבות אלפי ישראל.



 



תגובות


bottom of page