top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע שבת "היכלא דמלכא" פאר נגידי בעלזא פון פריש באשטימט אויף דעם שב"ק אמור הבעל"ט; הכנות צוריק אין פולן שוואונג

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א פרישן פלייס און ברען האבן זיך די עסקנים פון מרכז מוסדות בעלזא אריינגעלייגט אין די הכנות צום היסטארישן שבת "היכלא דמלכא" אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך וואס דער שבת איז פון פריש באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן שבת פ' אמור הבעל"ט.


דער שבת, געווידמעט לטובת די נייע בניני הישיבות דחסידי בעלזא האט שוין געלאזט פארקומען דעם פארגאנגענעם שבת פ' אחרי קדושים אין די גיגאנטישער "די סיטי" פעסטונג פאר די אריבער 200 נגידים וועלכער האבן צוגעזאגט פון $100,000 און העכער פאר דעם צוועק.


צוליב דער שוואכע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז מען געווען געצווינגען אפצורופן דעם שבת טראץ די אלע הכנות בדמים תרתי משמע, און היינט איז שוין געקומען די פרייליכע מעלדונג פון העסקן הרב פנחס לערנער מראשי הנהלת המרכז אין אמעריקא פאר די משתתפי השבת אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ, אז דער שבת וועט אי"ה צושטאנד קומען דעם שבת פ' אמור אינעם זעלבן ארט נעמליך די "די סיטי" קאמפלעקס בהרי ירושלים.


כאטש מען האט פארגעלייגט בקודש פנימה פארשידענע מעגליכקייטן אפצורעכטן דעם שבת אין די נאנטע וואכן און חדשים האט דער רב שליט"א אויסגעקליבן דייקא די וואך שבת פ' אמור, דער רב שליט"א האט צוגעגעבן אז מען דארף נישט חושש זיין פאר מלחמות וכדומה און אויסגעםירט אז ווער עס וועט קומען אויף שבת, וועט עס מיר צוגעבן א שטיק געזונט. אין די זעלבע צייט קומען שוין פאר די פיבערהאפטיגע הכנות דורך די עסקני השבת וועלכע פלאנירן אויס אלע דעטאלן, און ווי אויך איז שוין אפגעהאלטן געווארן א פערזענליכער אפשטאט דורך די ראשי העסקנים, אין שפיץ פון הרב מיכל פירער משב"ק ויד ימינו פונעם רב שליט"א, אינעם די-סיטי קאמפלעקס, וואו מ'איז איבערגעגאנגען אלע חלקים פונעם בנין, און באזונדער איז מען דורכגעגאנגען די אפציעס און פלענער איבער אהערשטעלן א פולקאם איינגערישטע ביתו נאוה קודש פאר'ן רב שליט"א אויף דעם שבת.


תגובות


bottom of page