top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער אלמנות אין אייראפע גרייטן זיך צום גייסטרייכער שבת אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהר בחוקתי • ל"ג בעומר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך הונדערטער אלמנות פון איבער גאנץ ענגלאנד אויף דעם שבת פרשת בהר בחוקתי הבעל"ט, ווען מ'וועט זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אויף א "שבת מלכתא" אין שפיץ פון די וועלט בארימטע עמוד החסד, הרבנית הצדקנית מסאטמאר תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, געאייגענט פאר די חשובע אלמנות שתחי' וואס וועלן שעפן חיות און חיזוק פון דעם גרויסן שבת אינאיינעם.


ווי שוין באקאנט, האט די סאטמארער רביצין תליט"א אין די לעצטע יארן זיך אונטערגענומען א פרישן פראיעקט אויפצולעבן און אויפצורעכטן די הערצער פון אלמנות און יתומים ויתומות, ווען די רביצין תליט"א האט שוין אפגעראכטן עטליכע מאל אזעלכע געהויבענע שבתים, וואס זענען געווען געאייגענט פאר הונדערטער אלמנות אין ניו יארק און אין ארץ ישראל, וואס זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס ווארימקייט און געהויבנקייט, מיט די באטייליגונג פון פילע חשובע רעדנערינס און רביצינס תליט"א, אין שפיץ פון די הויכגעשעצטע סאטמארער רביצין תליט"א, וועלכע האבן אין לויף פון די שבתים אריינגעגאסן עמערס מיט חיזוק.


יעצט איז געקומען די צווייטע מאל די רייע אויף אייראפע אין ענגלאנד, ווען מ'גרייט זיך אי"ה אפצורעכטן דעם "שבת מלכתא" פאר הונדערטער אלמנות, נשים צדקניות פון איבער גרעיטער ענגלאנד, לאנדאן, אנטווערפן, וויען, מאנטשעסטער און נאך, וואס וועט געפראוועט ווערן אין די גאר עלעגאנטע רייכע מערקיור דעווענטרי קאורא האטעל.


אין לויף פונעם שבת וועלן די נשים צדקניות געניסן פון א גאר רייכע פראגראם סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


די חשובע סאטמארער רביצין תליט"א וועלכע נעמט זיך אונטער די שווערע קיין ענגלאנד וועט אי"ה אין לויף פונעם געהויבענעם "שבת מלכתא" אויפטרעטן מיט דברי חיזוק פאר די אלמנות, און געבן די ריכטיגע אנווייזונגען וויאזוי ווייטער אנצוגיין מיטן סדר החיים.


אזוי אויך זענען געלאדנט געווארן נאך פילע רעדנערינס תחי' וואס וועלן אויפטרעטן מיט רייכע רעדעס אין לויף פונעם שיינעם געהויבענעם שבת.

תגובות


bottom of page