top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הדלקה רבתי בראשות הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט''א וועט ערשטמאליג פארקומען אין ירושלים עיה"ק במעמד אלפי ישראל

  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 8 שעות

מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

שטייענדיג בלויז א קארגע וואך אפגערוקט פונעם יום טוב ל"ג בעומר ווערט אויפגענומען די עקסטאזליכע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די הדלקה אדירה פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וואס וועט אין אן ערשטמאליגע פארנעם אפגעראכטן  ווערן בתוככי ירושלים עיה"ק.


דאס קומט נאך וואכן פון אומקלארקייט איבער'ן היי-יעריגן הילולא אין אתרא קדישא מירון, אין אנבליק פונעם מצב המלחמה וואס קלאפט באזונדער שווער אויס אין צפון ארץ ישראל, און די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארויפגעלייגט שווערע צוימונגען אויפ'ן הר מירון און די ארומיגע דערפער.


די הדלקה רבתי פון רבי אלימלך בידערמאן איז די לעצטערע יארן געווארן די סאמע גרעסטע אין הר מירון, ציענדיג יערליך רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וואס פלאמען זיך אן באור היקוד ושלהבת אש קודש בצלו פונעם משפיע וואס רעכט אפ א לילה כיום יאיר מיט פלאם פייערדיגע טענץ און דברי כיבושין והתחזקות עד אור הבוקר.


ווי גוט געדענקט איז רבי אלימלך'ס הדלקה עטליכע יאר אריבערגעפירט געווארן פון הר מירון קיין בית שמש, וואס איז פארוואנדלט געווארן ווי א מעין מירון, ווען די גאסן פון בית שמש זענען שווארץ געווארן פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן געשטראמט פון אלע עקן-לאנד און טויזנטער אורחים איבער די וועלט וואס זענען געקומען מיטהאלטן די הדלקה.


נאכדעם וואס דער שטח ההדלקה אין בית שמש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין צר מהכיל צו אקאמאדירן די רבבות משתתפים, און ווי געדענקט האט די פאליציי זיך פארלייגט מיט פארשידענע שוועריקייטן און געשטעלט שווערע זיכערהייט מאסנאמען אין ליכט פונעם אומערווארטעטן ריבוי העם, איז אויף היי-יאר באשטעטיגט געווארן אז די הדלקה וועט אפגעראכטן ווערן בחוצות קרתא דשופריא, אין ירושלים עיה"ק, וואו מחנות עסקנים זענען שוין יעצט אריינגעטאן אין די פיבערהאפטיגע הכנות אהערצושטעלן דעם מעמד ההדלקה מיט אלע נויטיגע צוגעהערן, לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.


די עסקנים זענען אין די טעג אקטיוו מיטן זיך אומקוקן פונדערנאנט אויף א רייע סטראטעגישע ערטער איבער די שטאט צו טרעפן א פאסיגן ארט פאר דעם ריזן מעמד ההדלקה דעם קומענדיגן מאנטאג, מיט'ן ציל צו טרעפן א פאסיגע ארט וואס זאל סיי קענען אריינעמען דעם ריזן ערווארטעטן ציבור, מיט די ריכטיגע אינפסטרוקטער און אלעס ארום.



תגובות


bottom of page