היסטארישע "שבת לנגידים" אין עיר הקודש טבריה מיט הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א די וואך פ' אמור
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט וועט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פראווענען די וואך שבת פ' אמור א גרייסטרייכע שבת לנגידים אין עיר הקודש טבריה זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רב שליט"א זאל ארויספארן פון ירושלים ובפרט אויף שבתים וואס דער רב שליט"א פראוועט אלץ אין ירושלים.
צום שבת ווערן געלאדנט די חשובע נדיבי לב די נגידים ותומכים, וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים לטובת מפעליו הקדושים און די ריזיגע צדקה קאסעס בנשיאותו פונעם רב שליט"א, די גייסטרייכע שעות פון התרוממות הנפש וועט זיך שוין אנהייבן דאנערשטאג פריער, און וועט זיין צוגעשטעלט אויף א גאר רייכע פארנעם ווי עס פאסט פאר די חשובע תומכים.
ווי נאר יצא הכרוז, די קלאנגען איבער די היסטארישע שבת האבן אנגעהויבן לויפן מפה לאוזן האבן זיך נדיבי עם קודש פון אלע עקן וועלט אנגעלשאסן צו קענען זיין א חלק פון דער זעלטענער, איינמאליגער שבת וואס לאו בכל יומא מתרחיש.
זונטאג ערב ל"ג בעומר וועט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א זיך אומקערן קיין ירושלים און למחרתו מאנטאג נאכט ליל ל"ג בעומר וועט ער כמידי שנה בשנה אפרעכטן די מעמד ההדלקה רבתי אין ירושלים לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.





תגובות