top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא אין בארא פארק ענטפאנגען בהדרת כבוד הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א אויף לענגערע ביקור הוד

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איצי מ.

חסידי סקווירא תושבי בארא פארק גרייטן זיך בהכנה דרבה אויפצונעמען דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א ספעציעלע לענגערע באזוך פון א פולע וואך לבקר בהיכלו און מחזק זיין די קהלה ומוסדות דק"ק סקווירא אין שטאט בארא פארק, און משפיע זיין מהודו וזיוו אויף די פילע הונדערטער חסידי סקווירא תושבי העיר.


דער חשוב'ער גאסט וועט אנקומען אין שטאט היינטיגן דינסטאג פר' אמור און במשך די וואך האבן די אכסניא של תורה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה דיימאנד הי"ו מחשובי חסידי סקווירא.


במשך די וואך וועט פארקומען מעמדי "קבלת פנים" אין די סקווערער שטיבלעך המתנוססים לתפארה ברחבי העיר, און אפרעכטן געהויבענע באזוכן בקרב סניפי המוסדות, די תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, ישיבה קטנה, און היכל הכולל.


דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער "שבת התוועדות" פר' אמור אין שטאט בארא פארק, וואס וועט צונויפזאמלען הונדערטער חסידי סקווירא זקנים עם נערים, וואס וועלן זיך קומען ווארעמען און שעפן חיות און חיזוק ביי די געהויבענע תפילות און התוועדות לכבוד שבת.


לכבוד דעם שבת המרומם איז ארויסגעדינגען געווארן די צוויי גיגאנטישע זאלן, אולם "עטרת גאלדא" און דער נייער זאל "אולם שארף", וואו צווישן די צוויי זאלן וועלן אפגעהאלטן ווערן די תפילות, סעודות, און באטע, אסיפת מרעים, וכדומה.


די אכסניא אום שבת וועט זיין אין שטוב פון הרב ר' יוסף סמיט הי"ו, און דער אורח הדגול וועט פארפארבלייבן אין שטאט ביז דעם קומענדיגן מאנטאג בהר בחוקותי, ערב ל"ג בעומר.



תגובות


bottom of page