חסידי דושינסקיא אין לאנדאן גרייטן זיך אויף געהויבענעם באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי דושינסקיא אין לאנדאן הבירה האבן מיט גרויס התרגשות אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת בהר בחוקתי אנקומען צוגאסט אין די שטאט, און וועט דערביי מאציל זיין מהודו אויף די חסידים ותלמידים וואס קוקן ארויס מיט טיפע הרגשים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש
דער רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד די שמחה במעונו, די בר מצוה פון אן אייניקל, א זון פון בנו חביבו הגה"צ רבי יואל יעקב דושינסקיא שליט"א דער רב הקהילה אין לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא לאנדאן, זון פןן הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א.
די שמחה וועט אפגעראכטן ווערן למחרת השבת זונטאג במדבר, און אצינד ווערן געמאכט די הכנות צום געהויבענעם באזוך וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן אין די שטאט, און מען גרייט זיך מיט אן הכנה דרבה צום געהויבענעם שבת און די ארומיגע טעג, ווען דער רבי שליט"א וועט באזוכן די מוסדות הק', וואס רעכנט אריין די תלמוד תורה און כוללי אברכים דחסידי דושינסקיא אין שטאט.
במשך דעם באזוך וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין צו די נדיבים בעם און שטיצער פון די מוסדות הקדושים דושינסקיא אין ארץ הקודש. ווי אויך וועט באשטימט ווערן ספעציעלע זמני כניסה ווען דער ציבור וועט קענען אריינגיין אל הקודש פנימה מיט קוויטלעך, להיפקד בדבר ישועה ורחמים.





תגובות