ברחובה של עיר: הדלקה אדירה דורך הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וועט אפגעהאלטן ווערן על פני רח' שפע חיים אין ירושלים
- לפני 49 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאך אימערמידליכע אינטערווענצן צו אפירטרעפן דעם פאסיגן שטח וואס איז ווירקליך געאייגנט אפצורעכטן די מעמד ההדלקה רבתי אין שפיץ פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וואס וועט אין אן ערשטמאליגע פארנעם פארקומען בתוככי ירושלים עיה"ק צוליב די באגרעניצונגען אויף אתרא קדישא מירון, האט מען יעצט אויפדערנאכט ברוב סייעתא דשמיא באוויזן צו שאפן די נויטיגע פערמיטן אפצושפארן די הויפט גאסן פון ירושלים, רחוב שפע חיים און ארום, וואס וועט ווערן פולקאם פארשלאסן פאר טראפיק פארקער, אין די לענגערע שעהן בשעתן הדלקה אדירה, וואס וועט מיטגעהאלטן ווערן דורך צענדליגער טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן.
די שפע חיים גאס איז א מקום כביר וענק, און סטראטעגיש סטאנציאנירט אין הארץ די היימישע געגענט אין ירושלים, בשכינות פון די עזרת תורה געגענט. די ריזיגער פיר-לינע שאסיי וואס ציהט זיך גאר א לאנגע שטרעקע פארמאגט גענוג פלאץ צו אקאמאדירן די רבבות משתתפים, וואס וועלן שטיין צושפרייט לעגאויס רחוב שפע חיים, אהל יהושע, און די ארומיגע גאסן.
היינט איבערן טאג איז די פאליציי אראפגעקומען צום שטח אינאיינעם מיט די עסקנים און עטליכע שעה דורכגעטון די גענויע פלענער פונעם מעמד, און יעצט ביינאכט איז געקומען די גרינע ליכט מטעם די שטאטראט באאמאטע צו קענען דארט אפרעכטן די מעמד ההדלקה.
אין די לעצט פארבליבענע טעג צו ל"ג בעומר ארבעטן די עסקנים רונדע דעם זייגער אויסצוארבעטן אלע לאגיסטישע און טעכנישע דעטאלן פונעם מעמד, אריינגערעכנט טראנספארטאציע, פארקינג, זיכערהייט, סאונד און אלע נויטיגע צוגרייטונגען, לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.
אויף דעם שבת פ' אמור, וואס רבי אלימלך רופט בלשון חיבה ר' שמעון'ס באווארפן וועט שוין דער משפיע זיין צוגאסט אין עיר הקודש ירושלים און אפרעכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אין די גרויסע אודיטאריום אויף רחוב מנחת יצחק, אלס הכנה דרבה צום גרויסן יום טוב ל"ג בעומר.







תגובות