top of page
שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' מסאטמאר ביי היימישע ארעסטאנטן אין שוואנגאנק טורמע
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די שוואנגאנק תפיסה אין אפסטעיט ניו יארק, האבן געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים ביקור חיזוק פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען. דער רבי שליט"א וואס איז געקומען צופארן פונעם מקום הנופש אין מנחה דברי יואל אין סוואן לעיק, ה


פילע האבן באגלייט למנוחות בנש"ק הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן זצ"ל, פאטער פון יבלחט"א האד' מהארנסטייפל
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער האבן פילע אידן נעכטן באגלייט למנוחות, האי גאון וחסיד, איש האשכולות ורב פעלים, הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן זצ"ל, פאטער פון יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א פון ביתר, וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון 94 יאר. ר' מאיר זאב איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ב אין דער שטאט דענווער אין קאלאראדא, צו זיין פאטער הרה"ח ר' אשר אנשיל פריעדמאן ז"ל. זיין פאטער איז נאך אלס קינד ארויפגעקומען קיין אמעריק


שהחיינו וקימנו: חסידי דזיקוב וויזניץ וועלן עקסטאזליך מחנך זיין נייעם ביהמ"ד הגדול אין בית שמש דעם א' סליחות
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע שמחה עצומה זענען חסידי דזיקוב-וויזניץ נתבשר געווארן איבער די לאנג-ערווארטעטע חנוכת בית ה', ווען בשעטומ"צ וועט מען ביז אייניגע וואכן זיך אריינציען און באנייען דעם נייעם גיגאנטישן בנין מרכז העולמי דחסידי דזיקוב וויזשניץ אין שטאט בית שמש, נאכן ענדיגן שלב א' פונעם פראיעקט. דער נייער מרכז העולמי בויט זיך שוין די לעצטע צוויי יאר מיט א שנעלע פארשריט, לשמחת לבם פון די גאנצע עדה הקדושה חסידי דזיקוב וויזשניץ וואס זענען חוסה בצ


האד' מדושינסקיא נעמט אויף חתנו הגדול הגה"צ ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א אלס רב ואבד"ק דושינסקיא אין הר יונה
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי דושינסקיא די בכל אתר ואתר און תושבי הר יונה בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מדושינסקיא שליט”א איז אויפגענומען געווארן חתנו הגדול הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב פון קרית דושינסקיא המעטירה אינעם נייעם חסידישן ישוב הר יונה. די דושינסקיא קהילה אין הר יונה ציילט היינט צוטאגס איבער הונדערט משפחות אין צוגאב צו נאך 150 משפחות וועלכ


שמחת הברית פון אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פארגעקומען אין בני ברק
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' מרדכי שרגא פייוויש לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ ר' משה אשרי שליט"א, איידעם ביי הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בן הנולד ביי זיין זון הרב נתן נטע לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד מאקאווא אין בני ברק אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק גאב"ד מא


מסע הקודש "יזכור אהבתם" דורך האד' מקרעטשניף סיגעט קיין בישטינא; שבת התעלות אין אתרא קדישא ליזענסק
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן א שיינע קבוצה חסידים ואוהדים פון איבער די וועלט האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן און דערהויבענעם מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א לערי אבותיו אין אייראפע, מיטן ציל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ימים המסוגלים פון די ניין טעג. די יעצטיגע נסיעה האט געטראגן א באזונדערן באדייט, שטייענדיג נאך בתוך שנת האבל נאך די הסתלקות פון אביו הגדול כ"


כי לך טוב להודות: שטראם פון טויזנטער אידן מיטגעהאלטן סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו בחצה"ק סקולען ירושלים
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך אויך בקרתא דשופריא אין עיה''ק ירושלים האבן זיך טויזנטער אידן, חסידים ואנשי מעשה, צוזאמגענומען דעם מוצאי שבת נחמו ביים גרויסן סקולענער סעודת הודאה וואס איז געפראוועט געווארן בשיר וקול תודה, אין די גרויסע שאטער אויף רח' מנחת יצחק בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ובמקהלות עם רב, וואו מען האט אפגעגעבן א שבח והודיה פארן אויבערשטן אויף די גרויסע נסים ונפלאות ווען די צדיקי בית סקולען זענען ארויסגעראטעוועט


חו"פ הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א זון פון הגה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל אויפגענומען אלס גאב"ד קרית קאשוי
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען די מעמד הכתרה אין דעם שיינעם חסידישן שטעטל אין קרית קאשוי, שטייענדיג פיר חדשים נאך דער הסתלקות פון הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל, גאב"ד קרית קאשוי, ווען די כסא הרבנות איז געשטאנען ליידיג שאפנדיג א גרויסן חלל, האבן די ראשי הקהילה, צוזאמען מיט די עלטערע תושבים פון שטעטל, מכתיר געווען אלס מרא דאתרא דעם עלטערן ברודער פונעם רב ז''ל, הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א, דער דריטער זון פון כ"ק אדמו"ר


פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי ברית פון אייניקל ביים חברותא האד' מפינסק קארלין
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ.ק.\יחיאל רייכמאן דעם פרייטאג ערב שבת האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל פון זיין חברותא כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט אנטפאנגען דעם רב שליט"א מיט גרויס כבוד און הערצה און אים מכבד געווען צו זאגן די ברכות און קר


הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד איז מספיד הגה"צ ר' מרדכי בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה
מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ JDN דעם זונטאג נאכמיטאג איז הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער ראש הישיבה שליט"א האט געהאלטן א הספד און משמיע געווען דברי זכרון שטייענדיג בתוך די השבעה נאך די פלוצימדיגע פטירה פון זיין נאנטן ידיד להבדיל בין חיים לחיים הגה"צ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה אין מאנסי. ווי באקאנט האט דער ראש הישיבה רבי מרדכי געלערנט אין די בארימט


בדרך האבות: האד' מקרעטשניף כפר עטה אויף א נסיעה לערי אבותיו אין אייראפע
מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש געהויבענע ימי תפילה אנגעזאפט מיט התעלות והתרוממות זענען פאריבער אויף די משתתפי מסע הקודש 'שווערע קוויטלעך' בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א וועלכער האט אונטערגענומען א נסיעה פוקד צו זיין די מקומות הקדושים און קברי אבות אין אייראפע, און בפרט דעם ציון הק' פונעם זיידן דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע מנאדווערנא זי"ע אין די מסוגלדיג'ע ניין טעג. דינסטאג מיטאג האט זיך דער רבי שליט''א ארויסגעלאזט קיין אייראפע אויף א פריוואטן פארנע


האד' מתולדות יהודה באזוכט ביי האד' מדינוב ארה"ק נאכן איבערגעבן דרשת התחזקות בבית מדרשו אין ביתר
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני נעכטן אוונט האבן זיך הונדערטער תושבי ביתר צוזאמגענומען אין בית המדרש הגדול דינוב, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט געהאלטן א ווארעמע דרשת התעוררות שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון בין המצרים. צווישן די משתפפים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה''ק שליט"א, דער מרא דאתרא הגה''צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר און נאך רבנים חשובים פון שטאט. נאך די דרשה איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען אויף א באז


האד' מבאבוב-45 אפגעשטאט באזוך אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אפגעשטאט א ביקור כבוד אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק. די הונדערטער ילדי החמד האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן שטייענדיג אויסגעשוהרט ברחובה של עיר אויף די איין און פערציגסטע גאס פארנט פונעם בנין התלמוד תורה און מקבל געווען את פני הקודש בשירה ובזמרה. דאן איז די רבי ארויף אינעם זאל פונעם חדר וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הקבלת פנים לכבודו פונע


המשפיעים נועדו: שמחת הברית פון נכד הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן בבית מדרשו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז היינט פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל פונעם משפיע, בן הנולד ביי זיין זון הרה"ג ר' גדלי' זילבערבערג שליט"א. בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען די זקני ירושלים נקיי הדעת, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב און המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א. דער משפיע רבי צבי מאיר האט זיך ב


האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג א


פערטע יארצייט פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טובי' אפגעצייכנט אין ירושלים עיה"ק
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי פארלאפענעם דאנערשטאג ב' אב האט דאס יהדות החרדית אפגעצייכנט מיט גרויס געגועים די פערדע יומא דהילולא פון מרא דארעא קדישא הגה"ק רבי יצחק טובי' ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים ובעל "שערי טובי'", וועלכער איז נסתלק געווארן ביום ב' מנחם אב תשפ"ב. טראץ וואס ס'איז שוין פארביי גאנצע פיר יאר זינט די הסתלקות פון דעם גאון וצדיק, איז דער פארלוסט נאך אלץ פריש און דער גרויסער חלל אינעם ישוב הישן שפירט זיך שטארק אין אלע קרייזן,


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעצייכנט דורך המוני חסידי באבוב בצל בנו האד' מבאבוב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי ברגר מיט גרויס התעוררות איז פארגאנגענעם ראש חודש אב אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל, כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל, דורך די טויזנטער תלמידים וחסידים, בצל הקודש פון בנו חביבו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. היי יאר איז ערשינען לאור עולם דער זיבעטער און לעצטער באנד פון דעם ספה"ק "דברי שלמה" על התורה, אויף סדר דברים. אינעם ספר האט דער באבובער רב שליט"א אריינגעשריב


האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות. ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נא


שמחה עצומה אין סאדיגורא: בן זכר למזל טוב געבוירן ביי האד' מסאדיגורא
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה האט יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל ארומגענומען חסידי סאדיגורא בכל מקום שהם, מיט די בשורה משמחת איבער די געבורט פון א בן זכר למזל טוב ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. דער ניי-געבוירן קינד איז דער פינפטער קינד ביים רבי'ן שליט"א בלי עין הרע, זייענדיג נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פונעם הייליגן דינאסטיע לבית רוזשין סאדיגורא ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת. דעם קומענדיגן שבת ואתחנן - שבת נחמו וועט פארקומען דע


אלפי ישראל וועלן זיך מיטפרייען ביי סעודת הודאה פון צדיקי בית סקולען בחצר הקודש סקולען מאנסי
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי שמחה גרייטן זיך אלפי תושבי ניו יארק און בפרט תושבי מאנסי והגלילות אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים בהצלת צדיקי בית סקולען זצוק"ל, ביי די גרויסארטיגע סעודות הודאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקולען אין מאנסי. דער זמן פון "מוצאי שבת נחמו" גייט שוין יארן לאנג סינאנים ביי חסידים ואנשי מעשה, מיטן נאמען "סקולען" זייענדיג די גורל'דיגע נאכט ווען דער ראש השושלת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל


bottom of page
