כי לך טוב להודות: שטראם פון טויזנטער אידן מיטגעהאלטן סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו בחצה"ק סקולען ירושלים
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
אויך בקרתא דשופריא אין עיה''ק ירושלים האבן זיך טויזנטער אידן, חסידים ואנשי מעשה, צוזאמגענומען דעם מוצאי שבת נחמו ביים גרויסן סקולענער סעודת הודאה וואס איז געפראוועט געווארן בשיר וקול תודה, אין די גרויסע אודיטוריום אויף רח' מנחת יצחק בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ובמקהלות עם רב, וואו מען האט אפגעגעבן א שבח והודיה פארן אויבערשטן אויף די גרויסע נסים ונפלאות ווען די צדיקי בית סקולען זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון אונטער די קאמוניסטישע נעגל בימים ההם בזמן הזה.
דער געהויבנער ימי הודאה האט זיך שוין אנגעהויבן אום שבת נחמו, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש ברוב התעלות, וואס ווי באקאנט איז שבת נחמו בחצרות סקולען פון די מיוחד'דיגע שבתים אינעם יאר און א זמן קהילה לכל, די עסקנים האבן ספעציעל ארויסגעדינגען דעם בנין ישיבת חב"ד, בשכינות פונעם ביהמ"ד, וואו עס איז צוגעשטעלט געווארן אש"ל מלא פאר די פילע אורחים וואס זענען געקומען צו פארן מחוץ לעיר.
א קורצע צייט נאכן זמן צאת השבת האבן מאסן אנגעהויבן שטראמען צום גרויסן שאטער ביים סעמינאר אויף רחוב מנחת יצחק, וואס איז צוגעשטעלט געווארן בעין טובה דורך קהל תולדות יהודה בנשיאות כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א. דער שאטער איז געוען אויסגעשטאט מיט הונדערטער זיצן פאר די בעלי בתים ונכבדי העדה, און הויכע פארענטשעס פאר די טויזנטער פארזאמלטע, ביים מזרח איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסע בימת הכבוד וואס איז געווען באשיינט דורך פילע רבנים ואנשים מכובדים.
עס איז געווען צוגעשטעלט פארן ברייטן ציבור זיך צו וואשן אויף סעודת מלווה מלכה בשירה וזמרה, און עס האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה די בארימטע בעלי מנגנים ר' אברהם מאשקאוויטש, און ר' ראובן פויערשטיין אינאיינעם מיט די וויזניצער קאפעלע, וועלכע האבן כמידי שנה בשנה שיין אראפגעזינגען די ווארעמע סקולענער ניגוני קודש און די זמירות מלווה מלכה.
שוין א לענגערע צייט איידער די ערשיינונג פונעם רבי'ן שליט"א איז שאטער שוין געווען איבערגעפילט עד אפס מקום, ביז די עסקנים זענען געווען געצוואונגען צו פארשליסן די טירן, כדי צו פארמיידן סכנת נפשות פונעם גרויסן געדרענג.
ארום 11:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיט זיין שווער הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, בשעת די ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל, זינגענדיג חסדי השם, נחמו עמי, בך בטחו אבותינו, און נאך ניגוני שבח והודיה, ווען דער רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים מיט גרויס ברען.
דער רבי שליט"א מיטן שווער האבן זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און די משוררים האבן געזונגען ניגוני התעוררות וכיסופין. נאכן טועם זיין פון די מאכלים האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען מדברות קודשו. דער רבי האט אנגעהויבן לויבענדיג דעם באשעפער בשיר ושבחה אויף די וואונדערליכע הצלה און געשילדערט די השתלשלות הענינים פונעם נס ההצלה פון די הייליגע סקולענער צדיקים, פון די קאמוניסטישע תפיסות אין רומעניע מיט זייער מסירות נפש פאר יעדן דבר שבקדושה.
דאן האט זיך דער רבי שליט"א באצויגן צו די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אידישע קינדער און בפרט אויף די בני הישיבות און אברכים בארץ הקודש, דער רבי ארומגערעט מיט גרויס ווייטאג איבער די שווערע גזירות, און שטארק באטאנט אז ארץ ישראל איז אונז געגעבן געווארן נאר בתנאי אז מען וועט היטן תורה ומצוות, און במציאות רודפט מען דייקא די וואס באשיצן דעם לאנד בכוח תורתם.
דער רבי האט דאן פארגעזונגען די ניגוני קודש "אודך ה' אלקי בכל לבבי" און "אודה ה' מאוד בפי" כנהוג, און זיך דאן אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגן טאנץ מיט ניגוני שמחה והודאה וואס האט אנגעהאלטן פאר קרוב צו א שעה צייט ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע, להודות ולהלל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלום אייזנבערג שליט"א דומ"ץ קרית צאנז ירושלים, און נאכן בענטשן האט זיך דער ציבור האלפים געשלעגעלט אין די רייע דורכצוגיין אל מול פני הקודש אויף לחיים א לענגערע וויילע, אין די צייט וואס די בחורי חמד זענען ארויס אין ריקודין נלהבין אל מול פני הקודש. עס איז שוין געווען נאכן עלות השחר אום 4:00 אזייגער פארטאגס ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם מעמד, און דער ציבור האט זיך צושפרייט מיט געהויבענע געמיטער.
























































