top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פערטע יארצייט פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טובי' אפגעצייכנט אין ירושלים עיה"ק

  • 21 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי

פארלאפענעם דאנערשטאג ב' אב האט דאס יהדות החרדית אפגעצייכנט מיט גרויס געגועים די פערדע יומא דהילולא פון מרא דארעא קדישא הגה"ק רבי יצחק טובי' ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים ובעל "שערי טובי'", וועלכער איז נסתלק געווארן ביום ב' מנחם אב תשפ"ב.


טראץ וואס ס'איז שוין פארביי גאנצע פיר יאר זינט די הסתלקות פון דעם גאון וצדיק, איז דער פארלוסט נאך אלץ פריש און דער גרויסער חלל אינעם ישוב הישן שפירט זיך שטארק אין אלע קרייזן, ווען יעדער זוכט ווייטער ממשיך צו זיין די גרויסע ירושה פון הרבצת תורה, הוראה, און אומבויגזאמע קנאות פאר כבוד שמים וואס ער האט איבערגעלאזט פארן כלל ישראל.


ביומא דהילולא, דאנערשטאג נאכמיטאג, איז פארגעקומען א גרויסארטיגער עצרת זכרון והתעוררות אין היכל ישיבת 'חכמת התורה' אין ירושלים עיה"ק, וועלכע איז געשטאנען בנשיאותו פון דער גאב"ד זצוק"ל פאר לאנגע יארן.


דער עצרת איז פארגעקומען מיט די באטייליגונג פון בנו יחידו הגאון ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א, אב"ד שערי טוביה, די תלמידי הישיבה און פילע בוגרי הישיבה אין שפיץ פון דעם ראש ישיבה הגאון ר' נתנאל פרץ מאירזאהן שליט"א, וואו מען האט מעלה געווען זכרונו הטהור און איבערגעגעבן פאר די קומענדיגע דורות למען ידעו צדיק מה פעל.


דברי פתיחה איז געהערט געווארן דורך הרה"ח ר' חיים יהודה האלצמאן שליט"א, פון די נאענטע מקורבים ביים גאב"ד זצוק"ל. דערנאך האבן אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און הגאון רבי אשר שרייבער שליט"א מתלמידי מרן הגאב"ד זצוק"ל.


צו תפילת מנחה האט יורד געווען לפני התיבה בנו יחידו הגאון ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה, וואס האט געדאוונט אויף דעם זעלבן ארט וואס זיין פאטער האט אזויפיל יארן מרביץ תורה פאר די תלמידים הנאמנים.


דינסטאג נאכמיטאג אום 6:00 אזייגער איז פארגעקומען דער מעמד תפלה והתעוררות ביים ציון פון הגה"ק דער רב זצוק"ל במרומי הר הזיתים מיט די השתתפות פון הונדערטער בני ירושלים וחברי העדה החרדית אין שפיץ פון בנו יחידו הרה"ג ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה.

אויפ'ן ארט האט מען אויך מתפלל געווען לביטול גזירת הגיוס וואס שוועבט אין די טעג אויף טויזנטער בחורי ישראל, בזכות פון דעם גרויסן רועה נאמן, וואס האט אלע יארן געווייטאגט און געבלוטיגט איבער דעם ביטערן מצב און די גזירות על הדת, ער זאל זיך מיען פאר'ן כסא הכבוד, להעביר את רוע הגזירה.


דינסטאג לעת ערב איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא אין ירושלים עיה"ק, פאררופן דורך הנהלת העדה החרדית און ק"ק שערי טוביה, לזכרו הטהור פון הגה"ק הגאב"ד זצוק"ל, וועלכער האט געדינט אלס איש על העדה פאר קרוב צו צוויי צענדליג יארן און איז געשטאנען בראש מערכות ישראל אפצוהיטן די עדה החרדית, עס זאל דינען פאר א ריין ווינקל לטובת אירע טויזנטער חברים זיך צו האלטן אין די שווערע זמנים בעיקבתא דמשיחא אונטער'ן שלטון פונעם מלכות המינות בארה"ק.


ביי דער באשטימטער צייט האט זיך דער 'שמחת ירושלים' זאל אויף רח' אהרן פישל אנגעפילט מיט פילע הונדערטער יקירי ירושלים וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מעלה זיין זכרו הטהור פונעם באליבטן רב זצוק"ל וואס ביז עטליכע יאר צוריק האט מען נאך געהאט די זכיה לחסות בצלא קדישא וליהנות מזיו הדרתו.


ספעציעל האבן זיך אנגעזען זקני ירושלים נקיי הדעת, אדמורי"ם, רבנים, חברי הביד"ץ ומנהיגי קהלות הקודש, מורי הוראה החונים על מחנה בני היהדות הנאמנה, וועלכע האבן באשיינט דעם מעמד.


ביי דער סעודת הילולא האבן אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, הגה"צ ר' שלמה מינצבערג שליט"א מנהיג ק"ק תפארת ירושלים, הגאון הגדול ר' שמואל עקיבא שלעזינגער שליט"א אב"ד שטראַסבורג, הגאון ר' משה פאללאק שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב דסאטמאר, כ"ק הגה"צ ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בי"ש וחבר הבד"צ, הגה"צ ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה, הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א רב שכונת גבעת שאול וחבר הבד"צ, און קורצע דברי ברכה פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.


אויך האט מען בעת דעם מעמד פארקויפט פאר ביליגע פרייזן די ספרים פון הגה"ק דער רב זצוק"ל 'שערי טוביה' על התורה וסוגיות הש"ס און נאך.


אין בית שמש יצ"ו איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא דאנערשטאג נאכמיטאג, דורך דעם כוללים נעץ פון בארימטן 'מבצר הכוללים', וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך הגה"ק דער גאב"ד זצוק"ל, וועלכער איז געשטאנען בראשה און געטראגן איר עול מיט א געוואלדיגן מסירות נפש עד זיבולא בתרייתא.


די סעודה איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד "אהל שלמה מיכל" אין קרית חסידים געגנט, מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער חו"ר הכוללים פון אלע סניפים, אין שפיץ פון הרבנים הגאונים חברי נשיאות מבצר הכוללים שליט"א, ראשי הכוללים, אדמורי"ם וחברי הביד"ץ שליט"א.


מ'האט דערביי געהערט די ווערטער פון די חשוב'ע רבנים וואס האבן מעלה געווען זכרו הבהיר פונעם רב זצוק"ל, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן מבצר הכוללים למען לומדי התורה מתוך הדחק על טהרת הקודש.


עס האבן אויפגעטרעטן: הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר הביד"ץ, כ"ק הגה"צ רבי נפתלי צבי ראטענבערג שליט"א מקאסאן – בי"ש, הגאון ר' מאיר העלער שליט"א מרא דאתרא שכונת קרית חסידים. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון ר' משה דוד לעפקאוויטש שליט"א מנהל רוחני ישיבת "באר יעקב".



תגובות


bottom of page