top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעצייכנט דורך המוני חסידי באבוב בצל בנו האד' מבאבוב

  • 21 ביולי
  • זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ברגר

מיט גרויס התעוררות איז פארגאנגענעם ראש חודש אב אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל, כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל, דורך די טויזנטער תלמידים וחסידים, בצל הקודש פון בנו חביבו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


היי יאר איז ערשינען לאור עולם דער זיבעטער און לעצטער באנד פון דעם ספה"ק "דברי שלמה" על התורה, אויף סדר דברים. אינעם ספר האט דער באבובער רב שליט"א אריינגעשריבן א ווארעמען "אחרית דבר" מיט א שבח והודאה וואס מ'איז זוכה לברך על המוגמר און ממלא זיין רצון קדשו פון אביו הק' וועלכער האט אים געהייסן דרוקן זיינע תורה'ס.


דינסטאג נאכט, אור ליום ההילולא, איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בבית המדרש הגדול אין בארא פארק און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב. נאכ'ן דאווענען, איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן גאנצן ציבור דורכצוגיין שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א.


אויפצומארגנס ביום ההילולא, ר"ח אב, איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, וואו עס האט מיטגעדאוונט א ריזיגער עולם חסידים און די תלמידי הישיבות. דער רב שליט"א האט פארגעדאוונט לפני התיבה, בקול רעש גדול, כדרכו בקודש זיכער צו מאכן אז די בעלי תפלה דאווענען הויך אויפ'ן קול מיט'ן חיות, אריינצוברענגען דעם חיות דקדושה ביים גאנצן ציבור.


ביי די ניגונים ביי הלל האט מען געזונגען די ניגוני קודש וואס זענען נתחבר געווארן דורכן בעל הילולא זצ"ל. עס האט אריינגעברענגט א ספעציעלע התרגשות ודביקות לדרכו של צדיק.


נאכ'ן דאווענען זענען פארגעקומען דריי ברית'ן ביי חסידים. דער רב שליט"א האט קורא שם געווען "שלמה" נאכ'ן בעל ההילולא.


דערנאך האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א שלחן לחיים, וואו עס האבן זיך אנגעזען אב"ד קאשאנוב, אב"ד ראדאמסק, אב"ד תפארת משה, אב"ד מאד, הרה"צ ר' דוד שלמה יונגרייז אבד"ק גארליץ, הרה"צ רבי מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א, בן האדמו"ר מדושינסקיא, און הגה"צ רבי אפרים ראזען שליט"א דומ"ץ טארטיקאוו.


נאך די מסיבת לחיים איז דער רב ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו צום בית החיים אין ניו דזשערזי, פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש. אויפ'ן וועג קיין ניו דזשערזי האט דער רב שליט"א געלייענט די הונדערטער קוויטלעך פון די בחורי הישיבות, וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות זיך מחזק צו זיין בעניני טעכנאלאגיע ביי דער גרויסער אסיפה מיט עטליכע וואכן צוריק.


ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רב שליט"א מפריש געווען צדקה און איז צוגעגאנגען צום ציון. דער רב האט פארגעזאגט די אכצן קאפיטלעך תהילים מיט גרויס התעוררות, און דערנאך פארגעלערנט א פרק משניות.


דערנאך האט דער רב שליט"א זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש פאר לענגערע מינוטן, אויסבעטנדיג ישועות ורפואות לישועתן של ישראל בכלל ובפרט.


במשך די טעג ארום דער הילולא האט זיך נישט אפגעשטעלט דער שטראם פון אלפי ישראל, וואס האבן פוקד געווען דעם ציון המצוינת פונעם בעל הילולא אויפ'ן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו די חברא קדישא דבאבוב האט צוגעשטעלט אלע הצטרכות אויף א ברייטן פארנעם, באזונדערע טענטס פאר מניני מנחה ומעריב, איבערבייס, ליכט און נאך.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום צענטראלן יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול.


כאטש רוב מנין ובנין פונעם ציבור געפינט זיך אין די קאנטריס, האט דאס באבובער ביהמ"ד מאמענטאל באקומען דעם אויסקוק ווי א מעין קיבוץ גלויות, ווען חסידים פון אלע מקומות, פון אלע קעטסקילס-בערג, צוזאמען מיט חסידים פון וויליאמסבורג, מאנסי, לינדען און נאך, און פילע געסט פון אויסלאנד, כולם באו נקבצו, דערביי זיך מחזק געווען צו גיין אין די דרכים פונעם בעל הילולא זצוק"ל.


היי יאר איז צוליב דעם ריבוי העם קע"ה צוגעלייגט געווארן נאך הונדערט זיץ-פלעצער אין דעם נייעם צוגעבויטן פליגל פון בית המדרש אויפ'ן מזרח זייט.


באלד נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו דער סעודה. הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, חדב"נ פונעם בעל ההילולא, האט געמאכט דעם סיום הש"ס, און דער רב שליט"א האט אנגעהויבן ש"ס פונדאסניי.


דער רב האט באלד ביים אנהייב ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו דער ערשיינונג פונעם נייעם באנד דברי שלמה, און אז מ'וועט אי"ה תיכף אנהייבן מיט די עבודת הקודש פון ארויסגעבן די ספרים אויף מועדים, און דערביי געהייסן זינגען דעם ניגון פונעם טאטן אויף "הללוי'ה", וואס איז אזוי פאסיג יעדעס ווארט פונעם מזמור בדברי שבח והודאה.


דער רב האט אויפגעטרעטן מיט'ן דברות הקודש, וואס דינט אלס די הדרכת השנה פאר די חסידים, זיך מתבונן צו זיין על העבר ועל העתיד.


די פלאמפייערדיגע תורה האט געדויערט קרוב צו צוויי שעה, וואו דער רב האט מאריך געווען איבער דער מסורה פונעם רב זצ"ל – ווי ער האט זיך נישט אוועקגערירט פון זיינע אבות כל ימי חייו און אלעס געטון על דעתם, מתובל מיט הערליכע ענינים און סיפורים ודברי תורתו פונעם בעל ההילולא.


נאכ'ן בענטשן איז דער ציבור אריבער נעמען כוס של ברכה פונעם רב שליט"א.


ביים טיש האבן זיך משתתף געווען פילע רבנים, צווישן זיי הגה"צ רבי חיים יעקב הורוויץ אב"ד רודניק, אב"ד חליסא, אב"ד טאמאשאוו, דייני קהילת בעלזא, אב"ד שטראַסבורג, אב"ד טשענסקאוויץ, אב"ד קארוב, אב"ד טורקא, אב"ד קאמארנא, אב"ד פאליענע, אב"ד מאקאווא ב"פ, הגה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, אב"ד חוסט, אב"ד ליטאוויסק, אב"ד הארניסטייפל מילוואקי, און נאך.


איבער דער גאנצער וועלט, אין אלע באבובער בתי מדרשים, איז אפגעראכטן געווארן סעודות הילולא דורך די חסידים בכל עיר ועיר.


אין ארה"ק איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא אין דער קריה נאמנה וואס דער בעל ההילולא האט אויפגעבויעט בדם לבבו, קרית באבוב בת ים, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות דורך הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א, חדב"ן פונעם בעל ההילולא, און פונעם גאסט-רעדנער הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל האלברשטאם שליט"א, וואס איז געקומען צופארן לכבוד דער יארצייט בשליחות אביו כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א.



תגובות


bottom of page