האד' מתולדות יהודה באזוכט ביי האד' מדינוב ארה"ק נאכן איבערגעבן דרשת התחזקות בבית מדרשו אין ביתר
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
נעכטן אוונט האבן זיך הונדערטער תושבי ביתר צוזאמגענומען אין בית המדרש הגדול דינוב, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט געהאלטן א ווארעמע דרשת התעוררות שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון בין המצרים. צווישן די משתפפים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה''ק שליט"א, דער מרא דאתרא הגה''צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר און נאך רבנים חשובים פון שטאט.
נאך די דרשה איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכע און לאנגע שמועס איבער פארשידענע זכרונות און סיפורי צדיקים.
דערביי האט האדמו''ר מתולדות יהודה אויסגעדריקט א ווארעמען דאנק פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א אויף דער הכנסת אורחים און פארן צושטעלן דעם בית המדרש אלס אכסניא פארן דרשה, און געוואונטשן דעם רבי'ן פיל הצלחה בהרבצת התורה והחסידות.








