top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בדרך האבות: האד' מקרעטשניף כפר עטה אויף א נסיעה לערי אבותיו אין אייראפע

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

געהויבענע ימי תפילה אנגעזאפט מיט התעלות והתרוממות זענען פאריבער אויף די משתתפי מסע הקודש 'שווערע קוויטלעך' בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א וועלכער האט אונטערגענומען א נסיעה פוקד צו זיין די מקומות הקדושים און קברי אבות אין אייראפע, און בפרט דעם ציון הק' פונעם זיידן דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע מנאדווערנא זי"ע אין די מסוגלדיג'ע ניין טעג.


דינסטאג מיטאג האט זיך דער רבי שליט''א ארויסגעלאזט קיין אייראפע אויף א פריוואטן פארנעם, וויילנדיג די ערשטע טעג פון די נסיעה ביחידות ביז די געהויבענע פמליא פון חסידים זענען אנגעקומען ממקומות מושבותיהם מיטצוהאלטן די געהויבענע ימי אורה.


אין די ערשטע טעג האט דער רבי פוקד געווען דעם ציון אין קערעסטיר, און דארט אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די י"א חודש פון די הסתלקות פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל, וואו עס האט זיך אויך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק. 


דאנערשטאג ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען צום עיר האבות סיגעט מקום מגורי אבותיו הקדושים, דאס הייליגע שטעטל וואו עס האט געשיינט די קרעטשניפער הויף איידערן ביטערן חורבן אייראפע, וואו דער רבי האט געפראוועט א שבת מרומם מלא געגוגעים וכיסופין אינעם מקום קדוש שהתפללו בו אבותיו הקדושים און דארט אפגעראכטן זייער עבודת הקודש בסילודין.


אנקומענדיג קיין סיגעט האט דער רבי זיך פאראייניגט מיט די שיירות חסידים וועלכע זענען דורך שלום נעמען, און גלייך ביים אנקומען האט דער רבי איבערגעגעבן דעם טעגליכן שיעור אין חומש רש"י ביז ארום זעקס אזייגער פארטאגס, ווען מען האט געדאוונט שחרית.


פרייטיג ערב שבת קודש פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עיר האבות קרעטשניף, פארנדיג אהין אויפן אמאליגן נאסטאלגישן שטייגער מיט א פערד און וואגן. נאכן עלי' לציון איז דער רבי איז פארבליבן אינעם אוהל ביחידות לענגערע מינוטן און זיך משתטח געווען בפישוט ידים ורגלים אויפן ציון הק'. שפעטער איז דער רבי אריבער צום הכנסת אורחים בהנהלת הרה"ח ר' שלמה ניילינגער הי"ו מחשובי חסידי קרעטשניף וועלכער וואוינט אין דער שטאט קרעטשניף, און דארט אפגעראכטן א שולחן לחיים. אנקומענדיג צוריק קיין סיגעט איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון זקנו דער הייליגער ייטב לב זי"ע וצאצאיו הקדושים.


דער שב"ק אינעם עיר האבות סיגעט איז געפראוועט געווארן גאר דערהויבן,  ליל שב"ק נאך תפילת מעריב איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש וואס האט זיך פארצויגן ביז זיבן אזייגער אינדערפרי בנהירו עילאה. שבת צופרי איז ווייטער געווען איין לאנגע קייט פון עבודת הקודש, אנגעהויבן פונעם דאווענען, קידוש, מיטאג טיש, און שלש סעודות וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין.


זונטאג צופרי נאך תפילת שחרית האט זיך די שיירה ארויסגעלאזט צום עיר האבות בישטינא. נאכן זיך טובלן אין מקווה איז דער רבי אריין אינעם קאך פונעם הכנסת אורחים און אפגעראכטן די מנהג פון הפרשת חלה. דערנאך איז מען ארויף צום מעמד הנשגב בוקע רקיעים ביים ציון הקדוש פונעם סבא קדישא רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע. דער רבי האט אנגעצינדן ק"ס נרות כמנהג אבותיו און משמיע געווען דברי כיבושין והתעוררות בבכיות עצומות. נאך אמירת ספר תהילים בהתעוררות רב האט דער רבי געליינט הונדערטער קוויטלעך וואס זענען אריינגעשיקט געווארן דורך אידן פון איבער די גאנצע וועלט להיוושע בכל מילי דמיטב.


נאך לענגערע שעה'ן זייענדיג ביים ציון, איז דער רבי אריבער צום הכנסת אורחים אויף א שולחן לחיים, און דארט משמיע געווען דברות קודש, דערנאך האבן די אנדערע שיירות ממשיך געווען קיין קערעסטיר, בעת דער רבי איז צוריק צום ציון און דארט ממשיך געווען מיט זיין געהויבענע עבודה, דערגרייכנדיג צו א סה"כ פון ארום זיבן שעה פון נאכאנאנדע.


נאכן מעמד אין בישטינא האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין סיגעט, וואו ער האט באזוכט אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען בית מדרשו און ביתו נאווה קודש פון זקינו הרה"ק רבי אליעזר וואלף מקרעטשניף זי"ע. פון דארט האט מען ממשיך געווען קיין קערעסטיר, וואו דער רבי האט פארגעלערנט א שיעור אין חומש רש"י בביתו נאווה קודש פון ר' ישעי'לע זי''ע, און מאנטאג צופרי האט מען זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אין בודאפעסט אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש, איבערלאזנדיג אן אומפארגעסליכן רושם פון התעלות, קדושה און השפעות טובות פאר אלע משתתפי הנסיעה.



bottom of page