top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע האבן באגלייט למנוחות בנש"ק הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן זצ"ל, פאטער פון יבלחט"א האד' מהארנסטייפל

  • 27 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער האבן פילע אידן נעכטן באגלייט למנוחות, האי גאון וחסיד, איש האשכולות ורב פעלים, הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן זצ"ל, פאטער פון יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א פון ביתר, וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון 94 יאר. 


ר' מאיר זאב איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ב אין דער שטאט דענווער אין קאלאראדא, צו זיין פאטער הרה"ח ר' אשר אנשיל פריעדמאן ז"ל. זיין פאטער איז נאך אלס קינד ארויפגעקומען קיין אמעריקע צוזאמען מיט זיין פאטער הרה"ח ר' שלום שכנא פריעדמאן ז"ל פון מעזשיבוזש, אוקראינע. זיי זענען געווען פייערדיגע חסידים פון די צדיקים לבית אפטא און זינקוב, זיי האבן געצויגן א הערליכע יחוס בן אחר בן ביז צום הייליגן צדיק הרה"ק רבי שלום שכנא מפראהביטש זי"ע, פאטער פונעם הייליגן רוזינער זי"ע, און זון פון הרה"ק רבי אברהם המלאך זי"ע, זון פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זי"ע.


דארט אין דענווער וואס איז בימים ההם געווען א מדבר שממה, איז דער נפטר אויסגעוואקסן און האט צוזאמען מיט זיין פאטער מייסד געווען די ערשטע אידישע קהילה אין שטאט, אויפגעבויט מקוואות, בתי מדרשים, תלמודי תורה און ישיבות, און זיך אפגעגעבן מיט אן אומבאשרייבליכע מסירות נפש פאר קירוב רחוקים.


אין דענווער האט זיך דער נפטר מקשר געווען בלב ונפש צו כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי זצ"ל מהארנסטייפל, וועלכער האט משמש געווען ברבנות אין דענווער, און לימים ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט אים, ווען בנו בכורו כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל, הגה"צ רבי שלום שכנא פריעדמאן שליט"א, האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער, און האט שפעטער נאך זיין פטירה איבערגענומען די כתר האדמורו"ת ממשיך צו זיין שלשלת הקודש פון בית הארנסטייפל אין ארץ ישראל.


ווען די ניסיונות פון שמירת שבת זענען געווארן שווערער, האט ער אנגעהויבן שטודירן רפואה, מיטן ציל צו ווערן א דאקטער אויף אן זעלבסטשטענדיגן אופן, און קענען היטן שבת קודש, און דערצו קובע זיין עתים לתורה אן שום שטער. ער האט טאקע פאר לאנגע יארן עוסק געווען אין רפואה, אבער זיין הויפט באשעפטיגונג איז געווען תורה ועבודה, און בלויז אין די נאכמיטאג שעה'ן האט ער אנגענומען פאציענטן.


אין די תש"ס יארן האט ער זוכה געווען ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין שכונת הר נוף אין ירושלים. דארט אין ארץ ישראל האט ער ווייטער געדינט דעם אויבערשטן בהצנע לכת, און עוסק געווען בתורה ועבודה, אויף א געהויבענעם שטייגער.


 אין די יארן וואס ער האט געוואינט אין ארץ ישראל פלעגט ער אפט קומען מיטהאלטן די ימים טובים און יומא דפגרא בצילו פון זיין חשובן זון כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א, צוערשט אין די סנהדריה געגענט אין ירושלים און שפעטער אין שטאט ביתר.


ער לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור ישרים מבורך, ובראשם בנו כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א, זיין זון הגאון רבי יעקב ישראל פריעדמאן שליט"א ראש ישיבת ברכת מרדכי אין ביתר, און נאך קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך זרע ברך השם, די לוויה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג נאכמיטאג אויפן הר המנוחות אין ירושלים וואו ער איז געקומען לקבורה, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page